Page 185 - Thilim
P. 185
תּהלים
ַ 1ה ְללוָּיה;קמז
װאָרום גוט איז זינגען צו אונדזער גאָט,
װאָרום עס איז ליבלעך;
שײן איז דאָס לױבן.
2גאָט בױט ירושלים,
די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל װעט ער א ַײנזאַמלען;
3דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער,
און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.
4ער צײלט דעם מספּר פֿון די שטערן,
זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.
5גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוח,
ניטאָ קײן שיעור צו ז ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט.
6גאָט ריכט אױף די געדריקטע,
ער דערנידערט די ר ָשעים ביז דער ערד.
7זינגט צו יהוה מיט דאַנק,
שפּילט צו אונדזער גאָט אױף דער האַרף.
8דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס,
װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד,
װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.
9ער גיט דער בהמה איר שפּ ַײז,
די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.
10ניט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער,
ניט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.
11גאָט װיל די װאָס פֿאָרכטן אים,
די װאָס האַרן אױף ז ַײן ֶחסד.
12גיב אַ שבֿח צו יהוה ,ירושלים,
לױב ד ַײן גאָטִ ,ציון.
13װאָרום ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון ד ַײנע טױערן,
ער האָט געבענטשט ד ַײנע קינדער אין דיר;
14דער װאָס גיט ד ַײן געמאַרק שלום,
דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;
15דער װאָס שיקט ז ַײן אָנזאָג אױף דער ערד –
אױף גיך לױפֿט ז ַײן װאָרט;
16דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל,