Page 180 - Thilim
P. 180
תּהלים
האָבן זײ מיר אַ פּאַסטקע באַהאַלטן.
5קוק רעכטס ,און זע,
אַז איך האָב ניט קײן באַקענטן;
פֿאַרלאָרן איז אַנטרינונג פֿון מיר,
קײנער פֿרעגט ניט אױף מ ַײן זעל.
6איך שר ַײ צו דיר ,גאָט,
איך זאָג :ביסט מ ַײן באַשיצונג,
מ ַײן טײל אין דעם לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
7פֿאַרנעם מ ַײן געשרײ,
װאָרום איך בין געפֿאַלן זײער;
ז ַײ מיך מציל פֿון מ ַײנע נאָכיאָגער,
װאָרום זײ ז ַײנען שטאַרקער פֿון מיר.
8צי אַרױס פֿון פֿעסטונג מ ַײן זעל,
צו לױבן ד ַײן נאָמען; דורך מיר װעלן די צדיקים זיך קרײנען,
אַז דו װעסט מיר גוטס טאָן.
1אַ מזמור פֿון ָד ִודן.
גאָט ,הער מ ַײן תּפֿילה ,פֿאַרנעם מ ַײנע געבעטן,קמג
אין ד ַײן טר ַײשאַפֿט ענטפֿער מיר ,אין ד ַײן גערעכטיקײט.
2און זאָלסט ניט גײן אין משפּט מיט ד ַײן קנעכט,
װאָרום קײן לעבעדיקער קען ניט גערעכט ז ַײן פֿאַר דיר.
3װאָרום דער פֿ ַײנט האָט גערודפֿט מ ַײן זעל,
ער האָט צוגעדריקט צו דער ערד מ ַײן לעבן,
ער האָט מיך אַר ַײנגעזעצט אין פֿינצטערנישן,
װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן.
4און מ ַײן געמיט פֿאַרגײט אין מיר,
מ ַײן האַרץ װערט באַנומען אין מיר.
5איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל,
איך האָב געטראַכט אָן אַל ד ַײן טוּונג;
אָן דעם װערק פֿון ד ַײנע הענט טו איך קלערן.
6איך האָב אױסגעשפּרײט מ ַײנע הענט צו דיר,
מ ַײן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דירֶ .ס ָלה.