Page 177 - Thilim
P. 177

‫תּהלים‬

                        ‫און נאַכט זאָל דאָס ליכט פֿאַר מיר װערן‪,‬‬
                ‫‪ 12‬איז אױך פֿינצטערניש ניט פֿינצטער פֿאַר דיר‪,‬‬
‫און נאַכט טוט אַזױ װי דער טאָג ל ַײכטן; אַזױ פֿינצטערקײט אַזױ‬

                                                       ‫ליכטיקײט‪.‬‬

                        ‫‪ 13‬װאָרום דו האָסט געשאַפֿן מ ַײנע נירן‪,‬‬
                   ‫האָסט מיך געװעבט אין ל ַײב פֿון מ ַײן מוטער‪.‬‬
‫‪ 14‬איך לױב דיך‪ ,‬װאָרום מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;‬

                                   ‫װוּנדערלעך ז ַײנען ד ַײנע װערק‪,‬‬
                                    ‫און מ ַײן זעל װײס דאָס װױל‪.‬‬

               ‫‪ 15‬ניט פֿאַרהױלן איז געװען מ ַײן געבײן פֿאַר דיר‪,‬‬
               ‫װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש‬
                 ‫געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד‪.‬‬
            ‫‪ 16‬מ ַײן אומגעפֿורעמט ל ַײב האָבן געזען ד ַײנע אױגן;‬

                       ‫יאָ‪ ,‬אין ד ַײן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן‪,‬‬
                             ‫די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן‪,‬‬

                      ‫און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים‪.‬‬
       ‫‪ 17‬און װי האַרב פֿאַר מיר ז ַײנען ד ַײנע טראַכטונגען‪ ,‬גאָט‪,‬‬

                                  ‫װי געװאַלטיק איז זײער מספּר!‬
                  ‫‪ 18‬זאָל איך זײ צײלן‪ ,‬ז ַײנען זײ מער פֿון זאַמד‪,‬‬
      ‫זאָל איך דערגײן צום ָסוף‪ ,‬דאַרף מ ַײן דױער ז ַײן װי ד ַײנער‪.‬‬

                      ‫‪ 19‬װען דו‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָלסט טײטן דעם ָרשע!‬
                     ‫און איר בלוטיק ל ַײט‪ ,‬טוט זיך אָפּ פֿון מיר!‬
                ‫‪ 20‬די װאָס רעדן דיך אַרױס מיט אַ בײזער כּװנה‪,‬‬
                   ‫ד ַײנע פֿ ַײנט װאָס דערמאָנען דיך צום פֿאַלשן‪.‬‬
                ‫‪ 21‬פֿאַר װאָר‪ ,‬ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָב איך פֿ ַײנט‪,‬‬

                       ‫און מיט ד ַײנע קעגנשטײער טו איך קריגן‪.‬‬
                            ‫‪ 22‬פֿ ַײנט ביז גאָר האָב איך זײ פֿ ַײנט‪,‬‬
                                        ‫ָשׂונאים ז ַײנען זײ ב ַײ מיר‪.‬‬

                    ‫‪ 23‬פֿאָרש מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬און דערקען מ ַײן האַרץ‪,‬‬
                            ‫פּרוּװ מיך‪ ,‬און װײס מ ַײנע געדאַנקען;‬

         ‫‪ 24‬און זע אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרדראָסיקער װעג‪,‬‬
                              ‫און פֿיר מיך אין דעם אײביקן װעג‪.‬‬
   172   173   174   175   176   177   178   179   180   181   182