Page 172 - Thilim
P. 172

‫תּהלים‬

                               ‫אין הימל און אױף דער ערד‪,‬‬
                              ‫אין די ימען און אַלע תּהומען‪.‬‬
                   ‫‪ 7‬ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד‪,‬‬

                                 ‫ער מאַכט בליצן צום רעגן‪,‬‬
            ‫ער ציט אַרױס פֿון ז ַײנע שפּ ַײכלערס דעם װינט‪.‬‬

 ‫‪ 8‬ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכורים פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
                                ‫פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה‪.‬‬

   ‫‪ 9‬האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר‪ ,‬מצ ַר ִים‪,‬‬
                    ‫אױף פּרעהן און אױף אַלע ז ַײנע קנעכט‪.‬‬

         ‫‪ 10‬ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער‪,‬‬
                            ‫און געהרגעט מאַכטיקע מלכים‪:‬‬
                              ‫‪ 11‬סיחון דעם מלך פֿון אמורי‪,‬‬
                                 ‫און עוג דעם מלך פֿון בשן‪,‬‬
                               ‫און אַלע קיניגר ַײכן פֿון כַּנ ַען;‬

                   ‫‪ 12‬און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה‪,‬‬
                            ‫אַ נחלה פֿאַר ישׂראל ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

                      ‫‪ 13‬גאָט‪ ,‬ד ַײן נאָמען איז אױף אײביק‪,‬‬
                 ‫גאָט‪ ,‬ד ַײן געדעכעניש איז אױף ָדור‪-‬דורות‪.‬‬
         ‫‪ 14‬װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען פֿאַר ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
          ‫און אױף ז ַײנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרימען‪.‬‬
‫‪ 15‬די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער ז ַײנען זילבער און גאָלד‪,‬‬

                         ‫דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט‪.‬‬
                          ‫‪ 16‬זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט‪,‬‬

                               ‫זײ האָבן אױגן און זעען ניט;‬
                          ‫‪ 17‬זײ האָבן אױערן און הערן ניט;‬
                    ‫ניטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל‪.‬‬
                      ‫‪ 18‬זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ‪,‬‬
                  ‫איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ‪.‬‬

                            ‫‪ 19‬הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬לױבט גאָט;‬
                                 ‫הױז פֿון אַהרֹן‪ ,‬לױבט גאָט;‬
                                ‫‪ 20‬הױז פֿון ֵלוי‪ ,‬לױבט גאָט;‬

                          ‫איר גאָטספֿאָרכטיקע‪ ,‬לױבט גאָט‪.‬‬
                              ‫‪ 21‬געלױבט איז פֿון ִציון גאָט‪,‬‬
   167   168   169   170   171   172   173   174   175   176   177