Page 170 - Thilim
P. 170
תּהלים
5ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר גאָט,
אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!
6זע ,מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין ֶאפֿ ָרת,
מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון ַי ַער.
7לאָמיר קומען צו ז ַײן װױנונג,
לאָמיר זיך בוקן צו ז ַײן פֿוסבענקל.
8שטײ אױף ,גאָט ,צו ד ַײן רו,
דו און דער אָרון פֿון ד ַײן שטאַרקײט.
9ד ַײנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט,
און ד ַײנע פֿרומע זאָלן זינגען.
10פֿון װעגן ָד ִודן ד ַײן קנעכט,
זאָלסט ניט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון ד ַײן געזאַלבטן.
11גאָט האָט אמת געשװאָרן צו ָד ִודן,
ער װעט זיך ניט אָפּקערן דערפֿון:
פֿון דער פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב
װעל איך זעצן אױף ד ַײן טראָן.
12אױב ד ַײנע זין װעלן היטן מ ַײן בונד,
און מ ַײן געזעץ װאָס איך װעל זײ לערנען,
װעלן אױך זײערע זין ביז אײביק
זיצן אױף ד ַײן טראָן.
13װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט ִציון,
זי געגלוסט פֿאַר ז ַײן װױנונג:
14דאָס איז מ ַײן רוּונג ביז אײביק,
דאָ װעל איך זיצן ,װ ַײל איך גלוסט זי.
15בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּ ַײז,
אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט.
16און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף,
און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע.
17דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר ָד ִודן,
איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מ ַײן געזאַלבטן.
18ז ַײנע פֿ ַײנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד,
און אױף אים װעט ש ַײנען ז ַײן קרױן.