Page 169 - Thilim
P. 169
תּהלים
געהאָפֿט האָט מ ַײן זעל,
און אױף ז ַײן װאָרט האָב איך געהאַרט.
6מ ַײן זעל קוקט אױס אױף גאָט
מער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן,
װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.
7האַר ,ישׂראל ,אױף גאָט,
װאָרום ב ַײ גאָט איז גענאָד,
און ב ַײ אים איז גרױס אױסלײזונג.
8און ער װעט אױסלײזן ישׂראל
פֿון אַלע ז ַײנע זינד.
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון ָד ִודן.
גאָט ,ניט האָפֿערדיק איז מ ַײן האַרץ,קלא
און ניט דערהױבן ז ַײנען מ ַײנע אױגן,
און איך בין ניט אומגעגאַנגען מיט זאַכן
צו גרױס און פֿאַרהױלן פֿון מיר.
2פֿאַר װאָר ,איך האָב באַרוט און א ַײנגעשטילט מ ַײן זעל
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער ב ַײ ז ַײן מוטער;
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער איז ב ַײ מיר מ ַײן זעל.
3האַר ,ישׂראל ,אױף גאָט
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.קלב
געדענק ,גאָטָ ,ד ִודן
אַל ז ַײן פּלאָגן זיך.
2װי ער האָט געשװאָרן צו גאָט,
אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:
3אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מ ַײן הױז,
אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מ ַײן געלעגער,
4אױב איך װעל געבן שלאָף צו מ ַײנע אױגן,
צו מ ַײנע ברעמען שלומער,