Page 167 - Thilim
P. 167

‫תּהלים‬

‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן‪.‬‬

       ‫אַז גאָט בױט ניט אַ הױז‪,‬קכז‬

             ‫אומזיסט מִיען זיך ז ַײנע בױערס אױף אים;‬
                             ‫אַז גאָט היט ניט אַ שטאָט‪,‬‬
                            ‫אומזיסט װאַכט דער שומר‪.‬‬

‫‪ 2‬אומזיסט א ַײך‪ ,‬איר װאָס פֿעדערט א ַײך אױפֿצושטײן‪,‬‬
                                 ‫װאָס זיצט‪-‬אױף שפּעט‪,‬‬

                     ‫װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש;‬
             ‫אַזױ װאָס גיט ער ז ַײן באַליבטן אין שלאָף‪.‬‬

                   ‫‪ 3‬זע‪ ,‬די אַרב פֿון גאָט ז ַײנען קינדער‪,‬‬
                          ‫דער שׂ ַכר איז פֿרוכט פֿון ל ַײב‪.‬‬

                     ‫‪ 4‬װי פֿ ַײלן אין דער האַנט פֿון ִגבור‪,‬‬
                      ‫אַזױ ז ַײנען קינדער פֿון דער יוגנט‪.‬‬

                                     ‫‪ 5‬װױל צו דעם מאַן‬
           ‫װאָס האָט אָנגעפֿילט ז ַײן פֿ ַײלב ַײטל מיט זײ!‬

                         ‫זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן‪,‬‬
             ‫אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿ ַײנט אין טױער‪.‬‬

    ‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען‪.‬קכח‬

      ‫װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט גאָט‪,‬‬
                               ‫װאָס גײט אין ז ַײנע װעגן‪.‬‬

                    ‫‪ 2‬די מי פֿון ד ַײנע הענט אַז דו עסט‪,‬‬
                   ‫װױל איז צו דיר‪ ,‬און גוט איז צו דיר‪.‬‬
               ‫‪ 3‬ד ַײן װ ַײב װי אַ פֿרוכטיקער װ ַײנשטאָק‪,‬‬

                           ‫אין די װינקלען פֿון ד ַײן הױז;‬
                    ‫ד ַײנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן‪,‬‬

                                    ‫רונד אַרום ד ַײן טיש‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬יאָ‪ ,‬אָט אַזױ װערט געבענטשט‬

                            ‫דער מאַן װאָס פֿאָרכט גאָט‪.‬‬
                       ‫‪ 5‬גאָט זאָל דיך בענטשן פֿון ִציון‪,‬‬

                         ‫און זע דאָס גוטס פֿון ירושלים‬
                                ‫אַלע טעג פֿון ד ַײן לעבן;‬
   162   163   164   165   166   167   168   169   170   171   172