Page 163 - Thilim
P. 163
תּהלים
פֿון דער ליפּ פֿון ליגן ,פֿון דער צונג פֿון באַטרוג.
3װאָס װעט מען דיר געבן ,און װאָס װעט מען דיר צולײגן,
דו צונג פֿון באַטרוג?
4שאַרפֿע גיבור-פֿ ַײלן,
מיט קױלן פֿון בעזעמבײמלעך.
5װײ מיר ,װאָס איך האַלט זיך אױף אין ֶמ ֶשך,
װאָס איך װױן ב ַײ די געצעלטן פֿון ֵקדר.
6לאַנג האָט זיך אָנגעװױנט מ ַײן זעל
ב ַײ דעם שׂונא פֿון שלום.
7איך בין לױטער שלום,
אָבער אַז איך רעד ,ז ַײנען זײ פֿאַר מלחמה.
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
2איך הײב אױף מ ַײנע אױגן צו די בערג:קכא
פֿון װאַנען װעט קומען מ ַײן הילף?
מ ַײן הילף איז פֿון גאָט,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
3ניט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן ד ַײן פֿוס;
ניט שלומערן װעט ד ַײן היטער.
4זע ,עס שלומערט ניט און שלאָפֿט ניט
דער היטער פֿון ישׂראל.
5גאָט איז ד ַײן היטער,
גאָט איז ד ַײן שאָטן ב ַײ ד ַײן רעכטער האַנט;
6ב ַײ טאָג װעט די זון דיך ניט שלאָגן,
און ניט ב ַײ נאַכט די לבֿנה.
7גאָט װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,
ער װעט באַהיטן ד ַײן זעל.
8גאָט װעט היטן ד ַײן גײן און ד ַײן קומען,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.