Page 158 - Thilim
        P. 158
     תּהלים
                   104פֿון ד ַײנע באַפֿעלן װער איך פֿאַרשטאַנדיק,
                  דרום האָב איך פֿ ַײנט יעטװעדער װעג פֿון ליגן.
                        נ
                        105אַ ליכט פֿאַר מ ַײן פֿוס איז ד ַײן װאָרט,
                                און אַ ליכטיקײט פֿאַר מ ַײן שטעג.
                 106איך האָב געשװאָרן ,און האָב מקיים געװען,
                               צו היטן ד ַײנע גערעכטע משפּטים.
                                    107איך בין געדריקט ביז גאָר,
                             גאָט ,לעב מיך אױף לױט ד ַײן װאָרט.
     108די פֿר ַײגאָבן פֿון מ ַײן מױל באַװיליק ,איך בעט דיך ,גאָט,
                                    און ד ַײנע משפּטים לערן מיך.
                           109מ ַײן נפֿש איז תּמיד אין מ ַײן האַנט,
                         אָבער ד ַײן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן.
                 110די ר ָשעים האָבן מיר אַ פּאַסטקע געשטעלט,
    אָבער פֿון ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך ניט אַװעקגעבלאָנדזשעט.
   111איך האָב געמאַכט ד ַײנע אָנזאָגן פֿאַר מ ַײן אײביקער אַרב,
                       װאָרום זײ ז ַײנען די פֿרײד פֿון מ ַײן האַרצן.
           112איך האָב גענ ַײגט מ ַײן האַרץ צו טאָן ד ַײנע געזעצן
                                                  תּמיד ביז לעצט.
                        ס
                                    113צװײפֿלער האָב איך פֿ ַײנט,
                                     נאָר ד ַײן תּורה האָב איך ליב.
                    114מ ַײן פֿאַרבאָרגעניש און מ ַײן שילד ביסטו,
                                    אױף ד ַײן װאָרט טו איך האַרן.
                  115קערט א ַײך אָפּ פֿון מיר ,איר שלעכטסטוער,
                      כּדי איך זאָל היטן די געבאָט פֿון מ ַײן גאָט.
         116האַלט מיך אױף לױט ד ַײן צוזאָג ,כּדי איך זאָל לעבן,
           און לאָז מיך ניט פֿאַרשעמט װערן אין מ ַײן האָפֿענונג.
                 117לען מיך אונטער ,און לאָמיך געהאָלפֿן װערן,
           און איך װעל מיך תּמיד פֿאַרנעמען מיט ד ַײנע געזעצן.
 118פֿאַראַכטסט אַלע װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון ד ַײנע געזעצן,
                         װאָרום אומזיסט איז זײער אָפּנאַרעניש.





