Page 161 - Thilim
        P. 161
     תּהלים
                       149הער צו מ ַײן ָקול לױט ד ַײן ֶחסד,
                גאָט ,לעב מיך אױף אַזױ װי ד ַײן שטײגער.
     150עס גענענען די װאָס יאָגן זיך נאָך שענדלעכקײט;
                             פֿון ד ַײן תּורה ז ַײנען זײ װ ַײט.
                                   151דו ביסט נאָנט ,גאָט,
                       און אַלע ד ַײנע געבאָט ז ַײנען אמת.
     152פֿון לאַנג אָן האָב איך געװוּסט פֿון ד ַײנע אָנזאָגן,
              אַז דו האָסט זײ אױף אײביק געגרונטפֿעסט.
                  ר
                         153זע מ ַײן פּ ַײן ,און דערלײז מיך,
                װאָרום ד ַײן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן.
                    154קריג מ ַײן קריג ,און לײז מיך אױס,
                            לױט ד ַײן צוזאָג לעב מיך אױף.
                            155װ ַײט איז פֿון ר ָשעים הילף,
                            װ ַײל ד ַײנע געזעצן זוכן זײ ניט.
                    156ד ַײן דערבאַרימונג איז גרױס ,גאָט;
                      לעב מיך אױף אַזױ װי ד ַײן שטײגער.
      157פֿיל ז ַײנען מ ַײנע נאָכיאָגער און מ ַײנע דריקער –
            פֿון ד ַײנע אָנזאָגן האָב איך זיך ניט אָפּגענ ַײגט.
 158איך האָב געזען די פֿעלשער און זיך געקריגט מיט זײ,
                     װאָס זײ האָבן ד ַײן װאָרט ניט געהיט.
                    159זע אַז ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך ליב;
                       גאָט ,לעב מיך אױף לױט ד ַײן ֶחסד.
                   160דער עיקר פֿון ד ַײן װאָרט איז אמת,
          און אױף אײביק איז אַל ד ַײן גערעכטער משפּט.
                  ש
              161האַרן האָבן מיך גערודפֿט פֿאַר אומזיסט,
    אָבער פֿאַר ד ַײנע װערטער האָט געאַנגסט מ ַײן האַרץ.
                        162איך פֿרײ זיך איבער ד ַײן װאָרט,
                       װי אײנער װאָס געפֿינט אַ סך רױב.
             163ליגן האָב איך פֿ ַײנט און פֿאַראומװערדיק,
                                  ד ַײן תּורה האָב איך ליב.





