Page 159 - Thilim
        P. 159
     תּהלים
   119װי פּסולת שאַפֿסטו אָפּ אַלע ר ָשעים פֿון דער ערד,
                         דרום האָב איך ליב ד ַײנע אָנזאָגן.
              120מ ַײן ל ַײב שױדערט פֿון אַנגסט פֿאַר דיר,
                 און פֿאַר ד ַײנע משפּטים האָב איך מורא.
                  ע
            121איך האָב געטאָן רעכט און גערעכטיקײט;
           זאָלסט מיך ניט איבערלאָזן צו מ ַײנע דריקער.
            122שטעל זיך א ַײן פֿאַר ד ַײן קנעכט צום גוטן,
                   אַז מיך זאָלן ניט דריקן די מוטװיליקע.
                 123מ ַײנע אױגן גײען אױס נאָך ד ַײן הילף,
               און נאָך דעם װאָרט פֿון ד ַײן גערעכטיקײט.
                   124טו מיט ד ַײן קנעכט לױט ד ַײן ֶחסד,
                               און ד ַײנע געזעצן לערן מיך.
             125ד ַײן קנעכט בין איך; מאַך מיך פֿאַרשטײן,
                          כּדי איך זאָל װיסן ד ַײנע אָנזאָגן.
                       126עס איז צ ַײט פֿאַר גאָט צו טאָן;
                         זײ האָבן פֿאַרשטערט ד ַײן תּורה.
                127פֿאַר װאָר ,איך האָב ליב ד ַײנע געבאָט,
                           מער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד.
 128דרום האַלט איך פֿאַר ריכטיק אַלע כּלערלײ באַפֿעלן;
                 יעטװעדער װעג פֿון ליגן האָב איך פֿ ַײנט.
                  פֿ
                      129װוּנדערלעך ז ַײנען ד ַײנע אָנזאָגן,
                                    דרום היט זײ מ ַײן זעל.
   130די אַנטפּלעקונג פֿון ד ַײנע װערטער מאַכט ליכטיק,
                       זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
    131איך האָב אױפֿגעשפּאַרט מ ַײן מױל און געלעכצט,
             װאָרום נאָך ד ַײנע געבאָט האָב איך געגאַרט.
                  132קער זיך צו מיר ,און ל ַײטזעליק מיך,
      װי עס איז רעכט צו די װאָס האָבן ליב ד ַײן נאָמען.
                 133פֿעסטיק מ ַײנע טריט מיט ד ַײן װאָרט,
     און לאָז ניט געװעלטיקן איבער מיר קײן אומרעכט.





