Page 154 - Thilim
        P. 154
     תּהלים
                           װאָרום ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט.
               46און איך װעל רעדן פֿון ד ַײנע אָנזאָגן פֿאַר מלכים,
                                     און איך װעל מיך ניט שעמען.
                     47און איך װעל מיך קװיקן מיט ד ַײנע געבאָט
                                                װאָס איך האָב ליב.
 48און איך װעל אױפֿהײבן מ ַײנע הענט צו ד ַײנע געבאָט װאָס איך
                                                           האָב ליב,
                           און איך װעל טראַכטן אָן ד ַײנע געזעצן.
                          ז
                             49געדענק דאָס װאָרט צו ד ַײן קנעכט,
                            װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן.
                             50דאָס איז מ ַײן טרײסט אין מ ַײן פּ ַײן,
                                  װאָס ד ַײן צוזאָג לעבט מיך אױף.
                 51די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער –
                        פֿון ד ַײן תּורה האָב איך זיך ניט אָפּגענ ַײגט.
     52איך האָב געדאַכט ,גאָט ,אָן ד ַײנע משפּטים פֿון אײביק אָן,
                                      און איך האָב מיך געטרײסט.
                     53אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען,
                    פֿון װעגן די ר ָשעים װאָס פֿאַרלאָזן ד ַײן תּורה.
                       54געזאַנגען ז ַײנען מיר געװען ד ַײנע געזעצן
                               אין הױז פֿון מ ַײן פֿאַרפֿרעמדטקײט.
                 55איך האָב דערמאָנט ב ַײ נאַכט ד ַײן נאָמען ,גאָט,
                                    און איך האָב געהיט ד ַײן תּורה.
                                          56דאָס האָב איך געהאַט:
                           װאָס איך האָב געהאַלטן ד ַײנע באַפֿעלן.
                         ח
                               57מ ַײן טײל ,גאָט ,האָב איך געזאָגט,
                                       איז צו היטן ד ַײנע װערטער.
                  58איך האָב געבעטן ב ַײ דיר מיטן גאַנצן האַרצן:
                                   ל ַײטזעליק מיך לױט ד ַײן צוזאָג.
                                 59איך האָב באַרעכנט מ ַײנע װעגן,
                          און געקערט מ ַײנע פֿיס צו ד ַײנע אָנזאָגן.





