Page 151 - Thilim
P. 151

‫תּהלים‬

                  ‫א‬

     ‫‪ 1‬װױל צו די װאָס זײער װעג איז ערלעך‪,‬‬

    ‫װאָס גײען אין דער תּורה פֿון גאָט‪.‬קיט‬
                     ‫‪ 2‬װױל צו די װאָס היטן ז ַײנע אָנזאָגן‪,‬‬
                       ‫װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן‪,‬‬
                        ‫‪ 3‬און זײ טוען ניט קײן אומרעכט‪,‬‬
                                   ‫זײ גײען אין ז ַײנע װעגן‪.‬‬
                          ‫‪ 4‬האָסט געבאָטן ד ַײנע באַפֿעלן‪,‬‬
                                       ‫זײ אָפּצוהיטן זײער‪.‬‬
                     ‫‪ 5‬הלװאי זאָלן פֿעסט ז ַײן מ ַײנע װעגן‪,‬‬
                                    ‫צו היטן ד ַײנע געזעצן‪.‬‬
                     ‫‪ 6‬דענצמאָל װעל איך זיך ניט שעמען‪.‬‬
                    ‫װען איך קוק אױף אַלע ד ַײנע געבאָט‪.‬‬
  ‫‪ 7‬איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן‪,‬‬

                  ‫װען איך לערן ד ַײנע גערעכטע משפּטים‪.‬‬
                            ‫‪ 8‬ד ַײנע געזעצן װעל איך היטן;‬

                        ‫זאָלסט מיך ניט פֿאַרלאָזן ביז גאָר‪.‬‬

                  ‫ב‬

  ‫‪ 9‬מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן ז ַײן װעג‪,‬‬
                        ‫צו ז ַײן אָפּגעהיט לױט ד ַײן װאָרט?‬

         ‫‪ 10‬מיט מ ַײן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;‬
        ‫לאָז מיך ניט אַװעקבלאָנדזשען פֿון ד ַײנע געבאָט‪.‬‬
       ‫‪ 11‬אין מ ַײן האַרצן האָב איך באַהאַלטן ד ַײן װאָרט‪,‬‬

                          ‫כּדי איך זאָל ניט זינדיקן צו דיר‪.‬‬
                                  ‫‪ 12‬געלױבט ביסטו‪ ,‬גאָט;‬
                                   ‫לערן מיך ד ַײנע געזעצן‪.‬‬

                   ‫‪ 13‬מיט מ ַײנע ליפּן האָב איך דערצײלט‬
                              ‫אַלע משפּטים פֿון ד ַײן מױל‪.‬‬

‫‪ 14‬מיט דעם װעג פֿון ד ַײנע אָנזאָגן האָב איך מיך געפֿרײט‬
                                     ‫װי מיט אַלע עשירות‪.‬‬

                         ‫‪ 15‬איך טראַכט אָן ד ַײנע באַפֿעלן‪,‬‬
                             ‫און איך קוק אױף ד ַײנע װעגן‪.‬‬
   146   147   148   149   150   151   152   153   154   155   156