Page 152 - Thilim
        P. 152
     תּהלים
                                 16מיט ד ַײנע געזעצן קװיק איך מיך,
                                        איך פֿאַרגעס ניט ד ַײן װאָרט.
                           ג
                               17באַשער ד ַײן קנעכט ,איך זאָל לעבן,
                                      און איך װעל היטן ד ַײן װאָרט.
                               18אַנטפּלעק מ ַײנע אױגן ,איך זאָל זען
                                           די װוּנדער פֿון ד ַײן תּורה.
                              19אַ פֿרעמדער בין איך אױף דער ערד;
                                ניט פֿאַרבאָרג פֿון מיר ד ַײנע געבאָט.
                           20צעבראָכן איז מ ַײן זעל פֿון גלוסטעניש
                           נאָך ד ַײנע משפּטים אין יעטװעדער צ ַײט.
                  21שר ַײסט אָן אױף די פֿאַרשאָלטענע מוטװיליקע,
                          װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון ד ַײנע געבאָט.
                            22ק ַײקל אַראָפּ פֿון מיר שאַנד און בזיון,
                              װאָרום ד ַײנע אָנזאָגן האָב איך געהיט.
                               23הגם האַרן זיצן און רעדן קעגן מיר,
                               טראַכט ד ַײן קנעכט אָן ד ַײנע געזעצן,
                             24יאָ ,ד ַײנע אָנזאָגן ז ַײנען מ ַײן קװיקונג,
                                               די עצה-געבער מ ַײנע.
                           ד
                               25באַהעפֿט צום שטױב איז מ ַײן זעל;
                                      לעב מיך אױף לױט ד ַײן װאָרט.
 26איך האָב דערצײלט מ ַײנע װעגן ,און דו האָסט מיר געענטפֿערט.
                                             לערן מיך ד ַײנע געזעצן.
                 27דעם װעג פֿון ד ַײנע באַפֿעלן מאַך מיך פֿאַרשטײן,
                               און איך װעל רעדן פֿון ד ַײנע װוּנדער.
                                      28מ ַײן זעל טרערט פֿון קומער;
                                     ריכט מיך אױף לױט ד ַײן װאָרט.
                                29דעם װעג פֿון ליגן טו אָפּ פֿון מיר,
                                  און מיט ד ַײן תּורה ל ַײטזעליק מיך.
                       30דעם װעג פֿון אמת האָב איך אױסגעװײלט,
                      ד ַײנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר .





