Page 149 - Thilim
P. 149
תּהלים
1גיט אַ דאַנק צו גאָט ,װאָרום ער איז גוט,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.קיח
2זאָל נון זאָגן ישׂראל:
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
3זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן:
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
4זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן גאָט:
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
5פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן גאָט,
האָט ער מיר געענטפֿערט מיט דערברײטערניש.
6גאָט איז מיט מיר ,איך האָב ניט קײן מורא,
װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?
7גאָט איז מיר מ ַײן העלפֿער,
און איך װעל זען אױף מ ַײנע ָשׂונאים.
8בעסער זיך באַשיצן אין גאָט,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.
9בעסער זיך באַשיצן אין גאָט,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.
10אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט;
מיט דעם נאָמען פֿון גאָט אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנ ַײדן.
11זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט ,יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך;
מיט דעם נאָמען פֿון גאָט אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנ ַײדן.
12זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען;
זײ ז ַײנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿ ַײער פֿון דערנער;
פֿאַר װאָר ,מיט דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך זײ פֿאַרשנ ַײדן.
13שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן,
אָבער ָיה האָט מיך געהאָלפֿן.
14מ ַײן שטאַרקײט און געזאַנג איז ָיה,
און ער איז מיר געװען אַ ישועה.
15אַ ָקול פֿון געזאַנג און ישועה
איז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים;
די רעכטע האַנט פֿון גאָט טוט גבֿורות.
16די רעכטע האַנט פֿון גאָט איז דערהױבן,
די רעכטע האַנט פֿון גאָט טוט גבֿורות.
17איך װעל ניט שטאַרבן נאָר לעבן,