Page 150 - Thilim
P. 150

‫תּהלים‬

                     ‫און דערצײלן די מעשׂים פֿון ָיה‪.‬‬
               ‫‪ 18‬שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך ָיה‪,‬‬
          ‫אָבער צום טױט האָט ער מיך ניט געגעבן‪.‬‬
          ‫‪ 19‬עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט‪,‬‬
     ‫איך װעל אַר ַײנגײן אין זײ‪ ,‬איך װעל דאַנקען ָיה‪.‬‬

                    ‫‪ 20‬דאָס איז דער טױער פֿון גאָט‪,‬‬
                ‫די גערעכטע זאָלן אַר ַײנגײן אין אים‪.‬‬
 ‫‪ 21‬איך דאַנק דיר‪ ,‬װאָרום האָסט מיר געענטפֿערט‪,‬‬

                     ‫און ביסט מיר געװען אַ ישועה‪.‬‬

‫‪ 22‬דער שטײן װאָס די בױמ ַײנסטער האָבן פֿאַראַכט‪,‬‬
                       ‫איז געװאָרן צום הױפּטװינקל‪.‬‬

                        ‫‪ 23‬פֿון גאָט איז דאָס געשען‪,‬‬
            ‫װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן‪.‬‬

    ‫‪ 24‬דאָס איז דער טאָג װאָס גאָט האָט געמאַכט‪,‬‬
         ‫לאָמיר לוסטיק ז ַײן און זיך פֿרײען אין אים‪.‬‬
                    ‫‪ 25‬איך בעט דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬העלף נון!‬
                      ‫איך בעט דיך‪ ,‬גאָט באַגליק נון!‬

‫‪ 26‬געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון גאָט!‬
                   ‫מיר בענטשן א ַײך פֿון גאָטס הױז‪.‬‬

   ‫‪ 27‬יהוה איז גאָט‪ ,‬און ער האָט אונדז דערלוכטן;‬
                         ‫פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװ ַײגן‬
                            ‫ביז די הערנער פֿון מזבח‪.‬‬

     ‫‪ 28‬מ ַײן גאָט ביסטו‪ ,‬און איך װעל דיר דאַנקען;‬
                 ‫מ ַײן גאָט – װעל איך דיך דערהײבן‪.‬‬

       ‫‪ 29‬גיט אַ דאַנק צו יהוה‪ ,‬װאָרום ער איז גוט‪,‬‬
                   ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
   145   146   147   148   149   150   151   152   153   154   155