Page 145 - Thilim
P. 145

‫תּהלים‬

               ‫‪ַ 1‬ה ְללוָּיה‪.‬קיג‬

                      ‫לױבט‪ ,‬איר קנעכט פֿון גאָט‪,‬‬
                                ‫לױבט דעם נאָמען פֿון גאָט‪.‬‬

                 ‫‪ 2‬זאָל געבענטשט ז ַײן דער נאָמען פֿון גאָט‬
                                  ‫פֿון אַצונד און ביז אײביק‪.‬‬

           ‫‪ 3‬פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג‬
                       ‫װערט געלױבט דער נאָמען פֿון גאָט‪.‬‬

                 ‫‪ 4‬גאָט איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער‪,‬‬
                         ‫איבער די הימלען איז ז ַײן פּראַכט‪.‬‬
                          ‫‪ 5‬װער איז װי יהוה אונדזער גאָט‪,‬‬
                                ‫װאָס טראָנט אין דער הײך?‬
                                    ‫‪ 6‬װאָס קוקט אַראָפּ טיף‬
                        ‫אױף די הימלען און אױף דער ערד‪.‬‬

               ‫‪ 7‬ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרימאַן‪,‬‬
                       ‫פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון‪,‬‬
                                    ‫‪ 8‬צו זעצן מיט פֿירשטן‪,‬‬
                             ‫מיט די פֿירשטן פֿון ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬
                         ‫‪ 9‬ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז‬
                            ‫אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער‪.‬‬
                                                     ‫ַה ְללוָּיה‪.‬‬

              ‫‪ 1‬אַז ישׂראל איז אַרױס פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬

‫דאָס הױז פֿון יעקבֿ פֿון אַ װילדשפּראַכיקן פֿאָלק‪,‬קיד‬
                 ‫‪ 2‬איז יהוּדה געװאָרן פֿאַר ז ַײן הײליקטום‪,‬‬
                                  ‫ישׂראל ז ַײן געװעלטיקונג‪.‬‬

                  ‫‪ 3‬דער ים האָט דערזען און איז אַנטלאָפֿן‪,‬‬
                     ‫דער ירדן האָט אָפּגעטראָטן אַהינטער‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬די בערג ז ַײנען געשפּרונגען װי װידערס‪,‬‬
                                     ‫די הײכן װי יונגע שאָף‪.‬‬

                      ‫‪ 5‬װאָס איז דיר‪ ,‬ים‪ ,‬װאָס דו לױפֿסט?‬
                  ‫דו ירדן‪ ,‬װאָס דו טרעטסט אָפּ אַהינטער?‬
              ‫‪ 6‬איר בערג‪ ,‬װאָס איר שפּרינגט װי װידערס?‬

                                ‫איר הײכן – װי יונגע שאָף?‬
   140   141   142   143   144   145   146   147   148   149   150