Page 147 - Thilim
P. 147
תּהלים
12גאָט האָט געדאַכט אָן אונדז ,ער װעט בענטשן,
ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון ישׂראל,
ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון אַהרֹן.
13ער װעט בענטשן די װאָס פֿאָרכטן גאָט,
די קלײנע אַזױ װי די גרױסע.
14גאָט װעט א ַײך מערן,
א ַײך און א ַײערע קינדער.
15געבענטשט זאָלט איר ז ַײן פֿון גאָט,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
16די הימלען ז ַײנען די הימלען פֿון גאָט,
אָבער די ערד האָט ער געגעבן צו די מענטשנקינדער.
17ניט די טױטע װעלן לױבן ָיה,
און ניט די אַלע װאָס נידערן אין שטילן קבֿר.
18אָבער מיר װעלן בענטשן ָיה,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
ַה ְללוָּיה.
1איך גאַר אַז גאָט זאָל צוהערןקטז
מ ַײן ָקול ,מ ַײנע געבעטן.
2װ ַײל ער האָט גענ ַײגט ז ַײן אױער צו מיר,
דרום אין מ ַײנע טעג װעל איך אים רופֿן.
3אַרומגערינגלט האָבן מיך די שטריק פֿון טױט,
און אַנגסטן פֿון אונטערערד האָבן מיך געטראָפֿן;
ל ַײד און קומער האָב איך געטראָפֿן.
4האָב איך דעם נאָמען פֿון גאָט גערופֿן:
איך בעט דיך ,גאָט ,מאַך אַנטרינען מ ַײן זעל.
5ל ַײטזעליק איז יהוה און גערעכט,
און אונדזער גאָט איז דערבאַרימדיק.
6גאָט פֿאַרהיט די אומגעניטע;
איך בין געװען געפֿאַלן ,און ער האָט מיך געהאָלפֿן.
7קער זיך אום ,מ ַײן זעל ,צו ד ַײן רו ִיקײט.
װאָרום גאָט האָט דיר גוטס געטאָן.