Page 142 - Thilim
P. 142

‫תּהלים‬

                                   ‫און װי אײל אין ז ַײנע בײנער‪.‬‬
                  ‫‪ 19‬זאָל זי אים ז ַײן װי אַ בגד װאָס ער טוט אָן‪,‬‬
                  ‫און פֿאַר אַ גאַרטל זאָל ער עס אָנגורטן תּמיד‪.‬‬
           ‫‪ 20‬דאָס זאָל ז ַײן דער לױן פֿון גאָט צו מ ַײנע ָשׂונאים‪,‬‬

                      ‫און צו די װאָס רעדן בײז אַקעגן מ ַײן זעל‪.‬‬
    ‫‪ 21‬און דו גאָט דער האַר‪ ,‬טו מיט מיר פֿון ד ַײן נאָמען װעגן‪,‬‬

                           ‫װ ַײל ד ַײן ֶחסד איז גוט‪ ,‬ז ַײ מיך מציל‪.‬‬
                      ‫‪ 22‬װאָרום אָרים און באַדערפֿטיק בין איך‪,‬‬

                        ‫און מ ַײן האַרץ איז צעלעכערט אין מיר‪.‬‬
              ‫‪ 23‬אַזױ װי אַ שאָטן װען ער נ ַײגט זיך‪ ,‬פֿאַרגײ איך‪,‬‬

                ‫איך בין אָפּגעטרײסלט געװאָרן װי אַ הײשעריק‪.‬‬
                           ‫‪ 24‬מ ַײנע קני שטרױכלען פֿון פֿאַסטן‪,‬‬

                     ‫און מ ַײן ל ַײב איז אָפּגעצערט‪ ,‬אָן פֿעטקײט‪.‬‬
                         ‫‪ 25‬און איך בין געװאָרן אַ חרפּה ב ַײ זײ‪,‬‬
                        ‫אַז זײ זעען מיך‪ ,‬שאָקלען זײ זײער קאָפּ‪.‬‬

                                ‫‪ 26‬שטײ מיר ב ַײ‪ ,‬יהוה מ ַײן גאָט‪,‬‬
                                      ‫העלף מיך לױט ד ַײן גענאָד‪.‬‬

                   ‫‪ 27‬און זאָלן זײ װיסן אַז דאָס איז ד ַײן האַנט‪,‬‬
                                ‫אַז דו‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָסט דאָס געטאָן‪.‬‬

                     ‫‪ 28‬זאָלן זײ שילטן‪ ,‬און דו זאָלסט בענטשן;‬
                  ‫אַז זײ שטײען אױף‪ ,‬זאָלן זײ פֿאַרשעמט װערן‪,‬‬

                                 ‫און ד ַײן קנעכט זאָל זיך פֿרײען‪.‬‬
                  ‫‪ 29‬זאָלן מ ַײנע פֿ ַײנט זיך באַקלײדן מיט שאַנד‪,‬‬

                           ‫און אָנטאָן װי אַ מאַנטל זײער בושה‪.‬‬
          ‫‪ 30‬איך װעל געבן גרױס דאַנק צו גאָט מיט מ ַײן מױל‪,‬‬

                   ‫און צװישן פֿיל מענטשן װעל איך אים לױבן‪.‬‬
‫‪ 32‬װאָרום ער שטײט ב ַײ דער רעכטער האַנט פֿון באַדערפֿטיקן‪,‬‬

                     ‫צו העלפֿן פֿון די װאָס פֿאַרמשפּטן ז ַײן זעל‪.‬‬

              ‫‪ 1‬פֿון ָד ִודן אַ מזמור‪.‬קי‬

                                 ‫גאָט זאָגט צו מ ַײן האַר‪:‬‬
                                     ‫זיץ ב ַײ מ ַײן רעכטער האַנט‪,‬‬

                                  ‫ביז איך װעל מאַכן ד ַײנע פֿ ַײנט‬
   137   138   139   140   141   142   143   144   145   146   147