Page 139 - Thilim
P. 139

‫תּהלים‬

                        ‫‪ 31‬זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר ז ַײן ֶחסד‪,‬‬
                    ‫און פֿאַר ז ַײנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער‪.‬‬
‫‪ 32‬און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער א ַײנזאַמלונג פֿון פֿאָלק‪,‬‬
                  ‫און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן‪.‬‬

                           ‫‪ 33‬ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר‪,‬‬
                   ‫און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;‬
                    ‫‪ 34‬אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש‪,‬‬
              ‫פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר‪.‬‬

                      ‫‪ 35‬ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ ט ַײך װאַסער‪,‬‬
                    ‫און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער‪.‬‬

                       ‫‪ 36‬און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע‪,‬‬
                          ‫און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון ִישובֿ‪.‬‬

         ‫‪ 37‬און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער‪ ,‬און פֿלאַנצן װ ַײנגערטנער‪,‬‬
                              ‫װאָס ברענגען פֿרוכט צום א ַײנקום‪.‬‬

                  ‫‪ 38‬און ער בענטשט זײ‪ ,‬און זײ מערן זיך זײער‪,‬‬
                    ‫און ער לאָזט ניט זײערע בהמות ז ַײן װינציק‪.‬‬
                    ‫‪ 39‬און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן‪,‬‬
                     ‫פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער‪.‬‬
                     ‫‪ 40‬ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן‪,‬‬

              ‫און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג‪.‬‬
                ‫‪ 41‬און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט‪,‬‬
                               ‫און מאַכט װי שאָף ז ַײנע משפּחות‪.‬‬
                       ‫‪ 42‬די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך‪,‬‬
                       ‫און איטלעך אומרעכט מאַכט צו ז ַײן מױל‪.‬‬

                 ‫‪ 43‬װער עס איז קלוג‪ ,‬זאָל מערקן דאָס דאָזיקע‪,‬‬
                     ‫און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון גאָט‪.‬‬

         ‫‪ 1‬אַ געזאַנג‪ ,‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬קח‬

                          ‫‪ 2‬פֿעסט איז מ ַײן האַרץ‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                                       ‫איך װעל זינגען און שפּילן‪,‬‬
                                                 ‫יאָ‪ ,‬מיט מ ַײן זעל‪.‬‬

                                ‫‪ 3‬דערװעק דיך‪ ,‬גיטאַר און האַרף;‬
   134   135   136   137   138   139   140   141   142   143   144