Page 135 - Thilim
P. 135

‫תּהלים‬

                                 ‫‪ 22‬װוּנדער אין לאַנד פֿון ָחם‪,‬‬
                                ‫פֿאָרכטיקע זאַכן ב ַײם ים‪-‬סוף‪.‬‬
                     ‫‪ 23‬און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן‪,‬‬
                          ‫װען ניט משה ז ַײן אױסדערװײלטער‬
               ‫װאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך‪,‬‬
                 ‫אָפּצוהאַלטן ז ַײן גרימצאָרן פֿון אומברענגען‪.‬‬

              ‫‪ 24‬און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד‪,‬‬
                                  ‫ניט געגלױבט אין ז ַײן װאָרט‪.‬‬

             ‫‪ 25‬און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן‪,‬‬
                         ‫ניט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון גאָט‪.‬‬

             ‫‪ 26‬און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט װעגן זײ‪,‬‬
                             ‫זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר‪,‬‬

            ‫‪ 27‬און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                            ‫און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער‪.‬‬

         ‫‪ 28‬און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם ַב ַעל פֿון פּעור‪,‬‬
                         ‫און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע‪.‬‬

              ‫‪ 29‬און זײ האָבן דער ַכּ ַעסט מיט זײערע מעשׂים‪,‬‬
                   ‫און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ‪.‬‬

‫‪ 30‬און פּינחס איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט אַ משפּט געטאָן‪,‬‬
                         ‫און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן‪.‬‬

 ‫‪ 31‬און עס איז אים גערעכנט געװאָרן פֿאַר אַ גערעכטיקײט‪,‬‬
                                   ‫אױף ָדור‪-‬דורות ביז אײביק‪.‬‬

       ‫‪ 32‬און זײ האָבן דערצערנט ב ַײ די װאַסערן פֿון מריבֿה‪,‬‬
                       ‫און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;‬

                 ‫‪ 33‬װאָרום זײ האָבן פֿאַרביטערט ז ַײן געמיט‪,‬‬
               ‫און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט ז ַײנע ליפּן‪.‬‬

                     ‫‪ 34‬זײ האָבן ניט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער‪,‬‬
                              ‫אַזױ װי גאָט האָט זײ אָנגעזאָגט‪.‬‬

                ‫‪ 35‬און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער‪,‬‬
                          ‫און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים‪.‬‬

                 ‫‪ 36‬און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער‪,‬‬
                   ‫װאָס ז ַײנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ‪.‬‬

                         ‫‪ 37‬און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זין‬
   130   131   132   133   134   135   136   137   138   139   140