Page 131 - Thilim
P. 131
תּהלים
רעדט פֿון אַלע ז ַײנע װוּנדער.
3רימט א ַײך מיט ז ַײן הײליקן נאָמען;
זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן גאָט.
4פֿאָרשט גאָט און ז ַײן שטאַרקײט,
זוכט ז ַײן פּנים תּמיד.
5דערמאָנט ז ַײנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן,
ז ַײנע צײכנס ,און די משפּטים פֿון ז ַײן מױל,
6איר זאָמען פֿון אבֿרהם ז ַײן קנעכט,
איר קינדער פֿון יעקבֿ ,ז ַײנע אױסדערװײלטע.
7ער איז יהוה אונדזער גאָט,
איבער דער גאַנצער ערד ז ַײנען ז ַײנע משפּטים.
8ער געדענקט אײביק ז ַײן בונד,
דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות;
9װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אַבֿרהמען,
און ז ַײן שבֿועה צו יצחקן.
10און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ,
פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ישׂראל,
11אַזױ צו זאָגן :דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כַּנ ַען,
דעם טײל פֿון א ַײער נחלה.
12אַז איר ז ַײט געװען מענטשן געצײלטע,
װינציק און פֿרעמדע דערין,
13און זײ ז ַײנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק,
און פֿון אײן קיניגר ַײך צו אַן אַנדער אומה,
14האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן,
און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:
15איר זאָלט ניט אָנרירן מ ַײנע געזאַלבטע,
און מ ַײנע נבֿיאים זאָלט איר ניט בײז טאָן.
16און ער האָט גערופֿן אַ הונגער אױפֿן לאַנד,
יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט האָט ער צעבראָכן.
17ער האָט זײ פֿאַרױס געשיקט אַ מאַן:
פֿאַר אַ קנעכט איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן יוסף.
18מע האָט געפּ ַײניקט אין קײטן ז ַײן פֿוס,
אין א ַײזן איז אַר ַײנגעטאָן געװאָרן ז ַײן ל ַײב;
19ביז דער צ ַײט װאָס ז ַײן װאָרט איז געשען,