Page 129 - Thilim
P. 129
תּהלים
9האָסט געמאַכט אַ גבֿול װאָס זײ זאָלן ניט אַריבערגײן,
כּדי זײ זאָלן ניט װידער באַדעקן די ערד.
10ער איז דער װאָס שיקט קװאַלן אין די טאָלן,
זײ זאָלן גײן צװישן די בערג.
11זײ טרינקען אָן אַלע חיות פֿון פֿעלד,
די װאַלדאײזלען שטילן זײער דאָרשט.
12לעבן זײ רוען די פֿױגלען פֿון הימל,
פֿון צװישן די צװ ַײגן גיבן זײ אַרױס אַ ָקול.
13ביסט דער װאָס טרינקט אָן די בערג פֿון ז ַײנע אױבערשטובן;
פֿון דער פֿרוכט פֿון ד ַײנע טוּונגען װערט געזעטיקט די ערד.
14ער מאַכט שפּראָצן גראָז פֿאַר דער בהמה,
און הײ פֿאַר די אַרבעטפֿי פֿון דעם מענטשן,
כּדי אַרױסצוצ ִיען ברױט פֿון דער ערד;
15און װ ַײן װאָס דערפֿרײט דעם מענטשנס האַרץ,
צו מאַכן גלאַנצן דעם פּנים מער װי אײל;
און ברױט װאָס לענט אונטער דעם מענטשנס האַרץ.
16די בײמער פֿון גאָט זעטן זיך אָן,
די צעדערן פֿון לבֿנון װאָס ער האָט געפֿלאַנצט,
17װאָס דאָרטן נעסטן די פֿױגלען;
דער שטאָרך ,ז ַײן הױז ז ַײנען ציפּרעסן.
18די הױכע בערג ז ַײנען פֿאַר די שטײנבעק,
די פֿעלדזן אַ באַשיצונג פֿאַר די קיניגלס.
19ער האָט געמאַכט די לבֿנה פֿאַר די צ ַײטן;
די זון װײס איר אונטערגאַנג.
20מאַכסט פֿינצטערניש ,און עס װערט נאַכט,
אין איר װידמענען זיך אַלע חיות פֿון פֿעלד.
21די יונגלײבן ברילן נאָך רױב,
און בעטן פֿון גאָט זײער שפּ ַײז.
22גײט אױף די זון ,װערן זײ א ַײנגעטאָן,
און זײ הױערן אין זײערע נאָרעס.
23גײט אַרױס דער מענטש צו ז ַײן װערק,
און צו ז ַײן אַרבעט ביז אָװנט.