Page 128 - Thilim
P. 128
תּהלים
און ז ַײן גערעכטיקײט צו קינדסקינדער;
18צו די װאָס היטן ז ַײן בונד,
און צו די װאָס געדענקען ז ַײנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
19גאָט האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט ז ַײן טראָן,
און ז ַײן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.
20לױבט גאָט ,ז ַײנע מלאכים,
איר שטאַרקע גיבורים װאָס טוט ז ַײן װאָרט,
ב ַײם הערן דעם ָקול פֿון ז ַײן װאָרט.
21לױבט גאָט ,אַלע ז ַײנע חילות,
ז ַײנע משרתים װאָס טוט ז ַײן ָרצון.
22לױבט גאָט ,אַלע ז ַײנע װערק,
אין אַלע ערטער פֿון ז ַײן געװעלטיקײט;
לױב גאָט ,מ ַײן זעל.
1לױב גאָט ,מ ַײן זעל;קד
יהוה מ ַײן גאָט ,ביסט גרױס ביז גאָר,
אין גלאַנץ און שײנקײט ביסטו אָנגעקלײדט.
2דער װאָס װיקלט זיך אין ליכט װי אין אַ מאַנטל,
װאָס שפּרײט אױס די הימלען װי אַ פֿאָרהאַנג.
3װאָס באַלקנט מיט װאַסער ז ַײנע אױבערשטובן;
װאָס מאַכט װאָלקנס פֿאַר ז ַײן ר ַײטװאָגן,
װאָס גײט אױף די פֿליגלען פֿון װינט.
4װאָס מאַכט ז ַײנע שלוחים די װינטן,
ז ַײנע משרתים – פֿלאַקעריק פֿ ַײער.
5ער האָט געגרונטפֿעסט די ערד אױף אירע געשטעלן,
זי זאָל זיך ניט װאַקלען ,אײביק און שטענדיק.
6דעם תּ ָהום ,אים האָסטו װי אַ קלײד איבערגעדעקט;
איבער די בערג ז ַײנען געשטאַנען די װאַסערן.
7פֿון ד ַײן אָנגעשרײ ז ַײנען זײ אַנטלאָפֿן,
פֿון ָקול פֿון ד ַײן דונער האָבן זײ אַװעקגעא ַײלט –
8בערג האָבן זיך אױפֿגעהױבן ,טאָלן האָבן גענידערט –
צו דעם אָרט װאָס דו האָסט געגרונטפֿעסט פֿאַר זײ.