Page 127 - Thilim
P. 127

‫תּהלים‬

                ‫‪ 1‬פֿון ָדִודן‪.‬קג‬

                                ‫‪ 2‬לױב‪ ,‬מ ַײן זעל‪ ,‬גאָט‪,‬‬
               ‫און אַלע מ ַײנע אינגעװײד‪ ,‬ז ַײן הײליקן נאָמען‪.‬‬

                                           ‫לױב גאָט‪ ,‬מ ַײן זעל‪,‬‬
                 ‫און זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אַלע ז ַײנע טובֿות;‬

                       ‫‪ 3‬דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד ד ַײנע‪,‬‬
                       ‫װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן ד ַײנע;‬
                       ‫‪ 4‬װאָס לײזט אױס פֿון גרוב ד ַײן לעבן‪,‬‬
             ‫װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרימונג;‬
                      ‫‪ 5‬װאָס זעטיקט מיט גוטס ד ַײן עלטער‪,‬‬
                     ‫װי אַן אָדלער באַנ ַײט זיך די יוגנט ד ַײנע‪.‬‬

                                   ‫‪ 6‬גאָט טוט גערעכטיקײטן‪,‬‬
                                ‫און רעכט צו אַלע געדריקטע‪.‬‬
                  ‫‪ 7‬ער האָט געלאָזט װיסן משהן ז ַײנע װעגן‪,‬‬
                         ‫די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנע מעשׂים‪.‬‬
                    ‫‪ 8‬גאָט איז דערבאַרימדיק און ל ַײטזעליק‪,‬‬
                 ‫א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן און ר ַײך אין גענאָד‪.‬‬
                              ‫‪ 9‬ניט שטענדיק װעט ער קריגן‪,‬‬
                     ‫און ניט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס‪.‬‬
       ‫‪ 10‬ניט לױט אונדזערע חטאים האָט ער אונדז געטאָן‪,‬‬
     ‫און ניט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן‪.‬‬
          ‫‪ 11‬װאָרום װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד‪,‬‬
         ‫אַזױ איז שטאַרק ז ַײן ֶחסד צו די װאָס פֿאָרכטן אים‪.‬‬
                             ‫‪ 12‬װי מזרח איז װ ַײט פֿון מערבֿ‪,‬‬
 ‫אַזױ האָט ער דערװ ַײטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן‪.‬‬
        ‫‪ 13‬װי אַ פֿאָטער דערבאַרימט זיך אױף ז ַײנע קינדער‪,‬‬
       ‫אַזױ דערבאַרימט זיך גאָט אױף די װאָס פֿאָרכטן אים‪.‬‬
                     ‫‪ 14‬װאָרום ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג‪,‬‬
                           ‫ער געדענקט אַז מיר ז ַײנען שטױב‪.‬‬
            ‫‪ 15‬דער מענטש – אַזױ װי גראָז ז ַײנען ז ַײנע טעג‪,‬‬
               ‫װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד‪ ,‬אַזױ שפּראָצט ער‪.‬‬
‫‪ 16‬װאָרום אַ װינט גײט אַריבער אױף אים‪ ,‬און ער איז ניטאָ‪,‬‬
                              ‫און ז ַײן אָרט קען אים ניט מער‪.‬‬
      ‫‪ 17‬אָבער דער ֶחסד פֿון גאָט איז פֿון אײביק ביז אײביק‬

                                   ‫אױף די װאָס פֿאָרכטן אים‪,‬‬
   122   123   124   125   126   127   128   129   130   131   132