Page 122 - Thilim
P. 122

‫תּהלים‬

                 ‫פֿון דער האַנט פֿון ר ָשעים איז ער ז ַײ מציל‪.‬‬
                         ‫‪ 11‬אַ ליכט איז פֿאַרזײט פֿאַרן צדיק‪,‬‬

               ‫און פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הערצער אַ פֿרײד‪.‬‬
                        ‫‪ 12‬פֿרײט זיך‪ ,‬איר צדיקים‪ ,‬מיט גאָט‪,‬‬
                       ‫און דאַנקט ז ַײן הײליקער געדעכעניש‪.‬‬

               ‫‪ 1‬אַ מזמור‪.‬צח‬

                         ‫זינגט צו גאָט אַ נ ַײ געזאַנג‪,‬‬
                             ‫װאָרום װוּנדער האָט ער געטאָן;‬

                      ‫ז ַײן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן‪,‬‬
                                     ‫און ז ַײן הײליקער אָרעם‪.‬‬

                       ‫‪ 2‬גאָט האָט געלאָזט װיסן ז ַײן ישועה‪,‬‬
    ‫פֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער האָט ער אַנטפּלעקט ז ַײן‬

                                                ‫גערעכטיקײט‪.‬‬
         ‫‪ 3‬ער האָט געדאַכט אָן ז ַײן ֶחסד און ז ַײן טר ַײשאַפֿט‬
‫צו דעם הױז פֿון ישׂראל; אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזען‬

                                 ‫די ישועה פֿון אונדזער גאָט‪.‬‬

                            ‫‪ 4‬שאַלט צו גאָט‪ ,‬די גאַנצע ערד‪,‬‬
                          ‫ברעכט אױס און זינגט און שפּילט‪.‬‬

                             ‫‪ 5‬שפּילט צו גאָט אױף אַ האַרף‪,‬‬
                        ‫אױף אַ האַרף מיט אַ ָקול פֿון געזאַנג‪.‬‬
                        ‫‪ 6‬מיט טרומײטן און אַ ָקול פֿון שופֿר‬

                                  ‫שאַלט פֿאַר גאָט דעם מלך‪.‬‬

                     ‫‪ 7‬זאָל דונערן דער ים מיט ז ַײן פֿולקײט‪,‬‬
                            ‫די װעלט און די װױנער אין איר‪.‬‬
                            ‫‪ 8‬די ט ַײכן זאָלן קלאַפּן די הענט‪,‬‬
                            ‫די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם;‬

              ‫‪ 9‬פֿאַר גאָט‪ ,‬װאָרום ער קומט משפּטן די ערד;‬
               ‫ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט‪,‬‬

                                   ‫און די פֿעלקער מיט יושר‪.‬‬
   117   118   119   120   121   122   123   124   125   126   127