Page 117 - Thilim
P. 117

‫תּהלים‬

                        ‫‪ 10‬װאָרום אָט ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬גאָט‪,‬‬
              ‫װאָרום אָט ד ַײנע פֿ ַײנט װעלן אונטערגײן‪,‬‬
       ‫צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט‪.‬‬
 ‫‪ 11‬און האָסט דערהײכט װי ב ַײ אַ װיזלטיר מ ַײן האָרן;‬
               ‫איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל‪.‬‬
‫‪ 12‬און מ ַײן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מ ַײנע לױערער;‬
      ‫אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר‪,‬‬

                              ‫הערן מ ַײנע אױערן זיך אָן‪.‬‬

             ‫‪ 13‬דער צדיק װעט בלִיען װי אַ טײטלבױם‪,‬‬
           ‫װי אַ צעדערבױם אין לבֿנון װעט ער װאַקסן‪.‬‬

                   ‫‪ 14‬א ַײנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון יהוה‪,‬‬
         ‫אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָט װעלן זײ בלִיען‪.‬‬
           ‫‪ 15‬זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער‪,‬‬

                         ‫פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ ז ַײן;‬
             ‫‪ 16‬צו דערצײלן אַז גאָט איז רעכטפֿאַרטיק‪,‬‬
    ‫מ ַײן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים ניטאָ‪.‬‬

           ‫‪ 1‬גאָט טוט קיניגן;צג‬

         ‫ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט;‬
                               ‫גאָט האָט זיך אָנגקלײדט‪,‬‬

                          ‫מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט;‬
                        ‫אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט‪,‬‬

                                 ‫זי זאָל זיך ניט װאַקלען‪.‬‬
                  ‫‪ 2‬פֿעסט שטײט ד ַײן טראָן פֿון אַ מאָל‪,‬‬

                                   ‫פֿון אײביק אָן ביסטו‪.‬‬
                    ‫‪ 3‬די ט ַײכן‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָבן אױפֿגעהױבן‪,‬‬
                  ‫די ט ַײכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער ָקול;‬

                      ‫די ט ַײכן הײבן אױף זײער גערױש‪.‬‬
              ‫‪ 4‬מער פֿון די קולות פֿון װאַסערן גרױסע‪,‬‬

                             ‫פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים‪,‬‬
                        ‫איז מאַכטיק גאָט אין דער הײך‪.‬‬
                   ‫‪ 5‬ד ַײנע אָנזאָגן ז ַײנען זיכער ביז גאָר;‬
   112   113   114   115   116   117   118   119   120   121   122