Page 115 - Thilim
P. 115

‫תּהלים‬

                           ‫‪ 13‬קער זיך אום‪ ,‬גאָט – װי לאַנג נאָך? –‬
                              ‫און דערבאַרים זיך אױף ד ַײנע קנעכט‪.‬‬

                      ‫‪ 14‬זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט ד ַײן ֶחסד‪,‬‬
     ‫כּדי מיר זאָלן זינגען און ז ַײן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג‪.‬‬
    ‫‪ 15‬דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּ ַײניקט‪,‬‬

                                 ‫די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז‪.‬‬
                   ‫‪ 16‬זאָל באַװיזן װערן ד ַײן טוּונג צו ד ַײנע קנעכט‪,‬‬

                               ‫און ד ַײן פּראַכט אױף זײערע קינדער‪.‬‬
‫‪ 17‬און זאָל די ליבלעכקײט פֿון יהוה אונדזער גאָט ז ַײן אױף אונדז;‬

       ‫און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט‪,‬‬
              ‫יאָ‪ ,‬דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט‪ ,‬באַפֿעסטיק עס‪.‬‬

‫‪ 1‬דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון אױבערשטן‪,‬‬

      ‫װאָס אין שאָטן פֿון אַלמאַכטיקן װ ַײלסטו‪,‬צא‬

            ‫‪ 2‬איך זאָג אױף יהוה‪ ,‬מ ַײן באַשיצונג און מ ַײן פֿעסטונג‬
                        ‫מ ַײן גאָט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים‪,‬‬

                ‫‪ 3‬אַז ער װעט דיך מציל ז ַײן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ‪,‬‬
                                   ‫פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג‪.‬‬

                      ‫‪ 4‬מיט ז ַײן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען‪,‬‬
                       ‫און אונטער ז ַײנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן;‬
                        ‫אַ שילד און אַ פּאַנצער איז ז ַײן טר ַײשאַפֿט‪.‬‬

            ‫‪ 5‬װעסט ניט מורא האָבן פֿאַר אַ שרעק פֿון דער נאַכט‪,‬‬
                                    ‫פֿאַר אַ פֿ ַײל װאָס פֿליט ב ַײ טאָג;‬

                 ‫‪ 6‬פֿאַר אַ פּעסט װאָס גײט אום אין דער פֿינצטער‪,‬‬
                       ‫פֿאַר אַ מגפֿה װאָס פֿאַרװיסט אין מיטן טאָג‪.‬‬
                                  ‫‪ 7‬דיר פֿון ז ַײט װעלן פֿאַלן טױזנט‪,‬‬
                         ‫און צען טױזנט פֿון ד ַײן רעכטער האַנט‪– ,‬‬
                                       ‫צו דיר װעט עס ניט גענענען‪.‬‬
                           ‫‪ 8‬בלױז מיט ד ַײנע אױגן װעסטו אָנקוקן‪,‬‬
                       ‫און די באַצאָלונג פֿון די ר ָשעים װעסטו זען‪.‬‬

                 ‫‪ 9‬װ ַײל דו האָסט געזאָגט‪ :‬גאָט איז מ ַײן באַשיצונג‪,‬‬
                  ‫געמאַכט דעם אױבערשטן פֿאַר ד ַײן באַשירעמונג‪.‬‬

                                   ‫‪ 10‬דיך װעט ניט טרעפֿן קײן בײז‪,‬‬
   110   111   112   113   114   115   116   117   118   119   120