Page 120 - Thilim
P. 120

‫תּהלים‬

                                     ‫און די שאָף פֿון ז ַײן האַנט;‬
                     ‫װען איר װאָלט ה ַײנט צוהערן צו ז ַײן ָקול!‬
               ‫‪ 8‬מאַכט ניט האַרט א ַײער האַרץ װי ב ַײ מריבֿה‪,‬‬

                           ‫װי אין טאָג פֿון ַמ ָסה אין דער מדבר‪,‬‬
                   ‫‪ 9‬בעת א ַײערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט‪,‬‬
                ‫מיך פּראָבירט‪ ,‬הגם זײ האָבן געזען מ ַײן װערק‪.‬‬
             ‫‪ 10‬פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן ָדור‪,‬‬
‫און האָב געזאָגט‪ :‬אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער ז ַײנען זײ‪,‬‬

                                  ‫און זײ װײסן ניט מ ַײנע װעגן;‬
             ‫‪ 11‬װאָס דרום האָב איך געשװאָרן אין מ ַײן צאָרן‪,‬‬

                          ‫אױב זײ װעלן קומען אין מ ַײן רוּונג !‬

          ‫‪ 1‬זינגט צו גאָט אַ נ ַײ געזאַנג‪,‬צו‬

                          ‫זינגט צו גאָט‪ ,‬די גאַנצע ערד‪.‬‬
                          ‫‪ 2‬זינגט צו גאָט‪ ,‬בענטשט ז ַײן נאָמען‪,‬‬
                          ‫זאָגט אָן פֿון טאָג צו טאָג ז ַײן ישועה‪.‬‬
                      ‫‪ 3‬דערצײלט צװישן די פֿעלקער ז ַײן כּבֿוד‪,‬‬

                              ‫צװישן אַלע אומות ז ַײנע װוּנדער‪.‬‬
                 ‫‪ 4‬װאָרום גרױס איז יהוה‪ ,‬און זײער געלױבט‪,‬‬

                         ‫ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע געטער;‬
         ‫‪ 5‬װאָרום די געטער פֿון אַלע פֿעלקער ז ַײנען נישטיק‪,‬‬

                            ‫און יהוה האָט די הימלען געמאַכט‪.‬‬
                   ‫‪ 6‬גלאַנץ און שײנקײט ז ַײנען פֿאַר ז ַײן פּנים‪,‬‬
                    ‫שטאַרקײט און פּראַכט אין ז ַײן הײליקטום‪.‬‬

                  ‫‪ 7‬גיט צו גאָט‪ ,‬איר משפּחות פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
                              ‫גיט צו גאָט כּבֿוד און שטאַרקײט‪.‬‬

                       ‫‪ 8‬גיט צו גאָט דעם כּבֿוד פֿון ז ַײן נאָמען‪,‬‬
                ‫ברענגט אַ געשאַנק‪ ,‬און קומט אין ז ַײנע הױפֿן‪.‬‬

                       ‫‪ 9‬בוקט זיך צו גאָט מיט הײליקן אָפּש ַײ‪,‬‬
                             ‫ציטערט פֿאַר אים‪ ,‬די גאַנצע ערד‪.‬‬

                 ‫‪ 10‬זאָגט צװישן די פֿעלקער‪ :‬גאָט טוט קיניגן;‬
     ‫אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט‪ ,‬זי זאָל זיך ניט װאַקלען‪,‬‬
   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124   125