Page 119 - Thilim
P. 119

‫תּהלים‬

         ‫און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער‪.‬‬
  ‫‪ 16‬װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער?‬
‫װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?‬

                   ‫‪ 17‬װען ניט גאָט װאָלט מיר אַ הילף געװען‪,‬‬
                   ‫װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מ ַײן זעל‪.‬‬
                  ‫‪ 18‬װען איך זאָג‪ :‬מ ַײן פֿוס גליטשט זיך אױס‪,‬‬

                            ‫לענט מיך אונטער‪ ,‬גאָט‪ ,‬ד ַײן ֶחסד‪.‬‬
                          ‫‪ 19‬ב ַײ מ ַײנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר‪,‬‬

                            ‫קװיקן ד ַײנע טרײסטונגען מ ַײן זעל‪.‬‬

            ‫‪ 20‬קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן‪,‬‬
                          ‫װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?‬

                     ‫‪ 21‬זײ קל ַײבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק‪,‬‬
                         ‫און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ‪.‬‬

               ‫‪ 22‬אָבער יהוה איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג‪,‬‬
                  ‫און מ ַײן גאָט צום פֿעלדז פֿון מ ַײן באַשיצונג‪.‬‬

        ‫‪ 23‬און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט‪,‬‬
                    ‫און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנ ַײדן;‬
                        ‫פֿאַרשנ ַײדן טוט זײ יהוה אונדזער גאָט‪.‬‬

                       ‫‪ 1‬קומט‪ ,‬לאָמיר זינגען צו גאָט‪,‬‬

   ‫לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף‪.‬צה‬
                     ‫‪ 2‬לאָמיר קומען פֿאַר ז ַײן פּנים מיט דאַנק‪,‬‬
                           ‫מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים‪.‬‬
                           ‫‪ 3‬װאָרום אַ גרױסער גאָט איז יהוה‪,‬‬
                       ‫און אַ גרױסער מלך איבער אַלע געטער‪,‬‬
          ‫‪ 4‬װאָס אין ז ַײן האַנט ז ַײנען די גרונטן פֿון דער ערד‪,‬‬

                          ‫און די הײכן פֿון די בערג ז ַײנען ז ַײנע;‬
        ‫‪ 5‬װאָס דער ים איז ז ַײנער‪ ,‬און ער האָט אים געמאַכט;‬

                    ‫און די יבשה האָבן געפֿורעמט ז ַײנע הענט‪.‬‬
                            ‫‪ 6‬קומט‪ ,‬לאָמיר זיך בוקן און בײגן‪,‬‬

                  ‫לאָמיר קנ ִיען פֿאַר יהוה אונדזער באַשעפֿער‪.‬‬
                                ‫‪ 7‬װאָרום ער איז אונדזער גאָט‪,‬‬

                         ‫און מיר דאָס פֿאָלק פֿון ז ַײן פֿיטערונג‪,‬‬
   114   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124