Page 124 - Thilim
P. 124

‫תּהלים‬

                                ‫אין ז ַײנע הױפֿן מיט לױב;‬
              ‫גיט אַ דאַנק צו אים‪ ,‬בענטשט ז ַײן נאָמען‪.‬‬

                                  ‫‪ 5‬װאָרום גוט איז גאָט‪,‬‬
                               ‫אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪,‬‬
                      ‫און ביז ָדור‪-‬דורות ז ַײן טר ַײשאַפֿט‪.‬‬

                            ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

 ‫גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען‪,‬קא‬
                             ‫צו דיר גאָט װעל איך זינגען‪.‬‬
                          ‫‪ 2‬איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג;‬
                             ‫װען װעסטו קומען צו מיר?‬
                                ‫איך גײ אום אין מ ַײן הױז‬
                    ‫אין דער ערלעכקײט פֿון מ ַײן האַרצן‪.‬‬
                       ‫‪ 3‬איך האַלט ניט פֿאַר מ ַײנע אױגן‬
                                 ‫אַ נידערטרעכטיקע זאַך;‬
           ‫דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿ ַײנט‪,‬‬
                      ‫עס טוט זיך ניט באַהעפֿטן אָן מיר‪.‬‬
                 ‫‪ 4‬אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר‪,‬‬
                          ‫פֿון שלעכטיקײט װײס איך ניט‪.‬‬
      ‫‪ 5‬דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש ז ַײן חבֿר‪,‬‬
                                       ‫אים האַק איך אָפּ;‬
‫דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ‪,‬‬

                                  ‫אים קען איך ניט ל ַײדן‪.‬‬
         ‫‪ 6‬מ ַײנע אױגן ז ַײנען אױף די געטר ַײע פֿון לאַנד‪,‬‬

                                   ‫זײ זאָלן זיצן מיט מיר;‬
              ‫דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט‪,‬‬

                                  ‫ער איז אין מ ַײן דינסט‪.‬‬
                            ‫‪ 7‬אין מ ַײן הױז טאָר ניט זיצן‬
      ‫דער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנס‬

                                   ‫דער װאָס רעדט ליגנס‬
                      ‫קען ניט באַשטײן פֿאַר מ ַײנע אױגן‪.‬‬

                           ‫אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנ ַײד איך‬
                                   ‫אַלע ר ָשעים פֿון לאַנד‪,‬‬
   119   120   121   122   123   124   125   126   127   128   129