Page 121 - Thilim
P. 121

‫תּהלים‬

                           ‫ער װעט משפּטן די פֿעלקער מיט יושר‪.‬‬
      ‫‪ 11‬זאָלן זיך פֿרײען די הימלען‪ ,‬און זאָל לוסטיק ז ַײן די ערד‪,‬‬

                             ‫זאָל דונערן דער ים מיט ז ַײן פֿולקײט‪.‬‬
             ‫‪ 12‬זאָל פֿרײלעך ז ַײן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין;‬

                    ‫דענצמאָל זאָלן זינגען אַלע בײמער פֿון װאַלד;‬
                                   ‫‪ 13‬פֿאַר גאָט‪ ,‬װאָרום ער קומט‪,‬‬

                                 ‫װאָרום ער קומט משפּטן די ערד;‬
                     ‫ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט‪,‬‬

                         ‫און די פֿעלקער מיט ז ַײן װאָרהאַפֿטיקײט‪.‬‬

     ‫‪ 1‬גאָט טוט קיניגן‪ ,‬זאָל לוסטיק ז ַײן די ערד‪,‬צז‬
                          ‫זאָלן זיך פֿרײען די פֿיל אינדזלען‪.‬‬
                              ‫‪ 2‬װאָלקן און נעבל ז ַײנען אַרום אים‪,‬‬
             ‫רעכט און גערעכטיקײט דאָס געשטעל פֿון ז ַײן טראָן‪.‬‬

                                      ‫‪ 3‬אַ פֿ ַײער גײט אים פֿאַרױס‪,‬‬
                           ‫און פֿאַרברענט רונד אַרום ז ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬

                                 ‫‪ 4‬ז ַײנע בליצן באַל ַײכטן די װעלט;‬
                                  ‫עס זעט די ערד‪ ,‬און זי ציטערט‪.‬‬

                           ‫‪ 5‬די בערג צעגײען װי װאַקס פֿאַר גאָט‪,‬‬
                             ‫פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד‪.‬‬

                         ‫‪ 6‬די הימלען דערצײלן ז ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
                                 ‫און אַלע פֿעלקער זעען ז ַײן כּבֿוד‪.‬‬

                                 ‫‪ 7‬צו שאַנד װערן אַלע געצנדינער‪,‬‬
                                  ‫װאָס רימען זיך מיט נישטיקײטן;‬
                                ‫עס בוקן זיך צו אים אַלע געטערט‪.‬‬

                                     ‫‪ִ 8‬ציון הערט און זי פֿרײט זיך‪,‬‬
                  ‫און לוסטיק ז ַײנען די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה‪,‬‬

                                    ‫פֿון װעגן ד ַײנע משפּטים‪ ,‬יהוה‪.‬‬
‫‪ 9‬װאָרום דו יהוה ביסט דער העכסטער איבער דער גאַנצער ערד‪,‬‬

                                ‫הױך דערהױבן איבער אַלע געטער‪.‬‬

               ‫‪ 10‬איר ליבהאָבער פֿון גאָט‪ ,‬האָט פֿ ַײנט שלעכטס!‬
                               ‫ער היט די נפֿשות פֿון ז ַײנע פֿרומע‪,‬‬
   116   117   118   119   120   121   122   123   124   125   126