Page 116 - Thilim
P. 116

‫תּהלים‬

                 ‫און קײן פּלאָג װעט ניט גענענען צו ד ַײן געצעלט‪.‬‬
             ‫‪ 11‬װאָרום ז ַײנע מלאכים װעט ער באַפֿעלן װעגן דיר‪,‬‬

                                  ‫דיך צו היטן אין אַלע ד ַײנע װעגן‪.‬‬
                             ‫‪ 12‬אױף די הענט װעלן זײ דיך טראָגן‪,‬‬
                   ‫טאָמער װעסטו אָפּשלאָגן אָן אַ שטײן ד ַײן פֿוס‪.‬‬
                ‫‪ 13‬אױף לײבן און פּיפּערנאָטערס װעסטו שפּר ַײזן‪,‬‬
                             ‫װעסט צעטרעטן יונגלײבן און שלענג‪.‬‬

‫‪ 14‬װ ַײל ער האָט געגלוסט צו מיר‪ ,‬װעל איך אים מאַכן אַנטרינען;‬
                ‫איך װעל אים דערהײכן‪ ,‬װ ַײל ער קען מ ַײן נאָמען‪.‬‬
                ‫‪ 15‬ער װעט מיך רופֿן‪ ,‬און איך װעל אים ענטפֿערן‪,‬‬
                                ‫איך װעל ז ַײן מיט אים אין אַ צרה‪,‬‬
               ‫איך װעל אים דערלײזן‪ ,‬און אים ברענגען צו כּבֿוד‪.‬‬
                           ‫‪ 16‬מיט לאַנגע יאָרן װעל איך אים זעטן‪,‬‬
                                     ‫און װעל אים װ ַײזן מ ַײן הילף‪.‬‬

          ‫‪ 1‬אַ מזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת‪.‬‬

             ‫‪ 2‬גוט איז צו לױבן גאָט‪,‬צב‬

                           ‫און זינגען צו ד ַײן נאָמען‪ ,‬דו העכסטער;‬
                            ‫‪ 3‬צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן ד ַײן ֶחסד‬
                                  ‫און ד ַײן טר ַײשאַפֿט אין די נעכט‪,‬‬

                          ‫‪ 4‬אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר‪,‬‬
                              ‫מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף‪.‬‬

            ‫‪ 5‬װאָרום האָסט מיך דערפֿרײט‪ ,‬גאָט‪ ,‬מיט ד ַײן װערק‪,‬‬
                         ‫איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון ד ַײנע הענט‪.‬‬
                             ‫‪ 6‬װי גרױס ז ַײנען ד ַײנע מעשׂים‪ ,‬גאָט!‬
                            ‫טיף ביז גאָר ז ַײנען ד ַײנע טראַכטונגען‪.‬‬
                                ‫‪ 7‬דער ב ֵהמישער מענטש װײס ניט‪,‬‬
                                ‫און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס ניט‪.‬‬
                                 ‫‪ 8‬אַז די ר ָשעים שפּראָצן װי גראָז‪,‬‬
                           ‫און עס בל ִיען אַלע טוער פֿון אומרעכט‪,‬‬

           ‫איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק‪.‬‬
                                        ‫‪ 9‬אָבער דו ביסט דערהױבן‬
                                                 ‫אױף אײביק‪ ,‬גאָט‪.‬‬
   111   112   113   114   115   116   117   118   119   120   121