Page 111 - Thilim
P. 111

‫תּהלים‬

         ‫‪ 3‬װאָרום איך זאָג‪ :‬אױף אײביק געבױט איז די גענאָד‪,‬‬
      ‫די הימלען‪ ,‬אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט ד ַײן טר ַײשאַפֿט‪:‬‬

         ‫‪ 4‬איך האָב געשלאָסן אַ בונד צו מ ַײן אױסדערװײלטן‪,‬‬
                        ‫איך האָב געשװאָרן צו דוד מ ַײן קנעכט‪:‬‬

               ‫‪ 5‬אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן ד ַײן זאָמען‪,‬‬
      ‫און אױף ָדור‪-‬דורות װעל איך אױפֿבױען ד ַײן טראָן‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                     ‫‪ 6‬און די הימלען לױבן ד ַײנע װוּנדער‪ ,‬גאָט‪,‬‬
     ‫אױך ד ַײן טר ַײשאַפֿט אין דער א ַײנזאַמלונג פֿון די הײליקע‪.‬‬

              ‫‪ 7‬װאָרום װער אין הימל קען זיך גל ַײכן צו יהוה?‬
                ‫װער איז געגליכן צו יהוה צװישן די מאַכטיקע?‬
   ‫‪ 8‬גאָט איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע‪,‬‬

                        ‫און מוראדיק פֿאַר אַלע ז ַײנע אַרומיקע‪.‬‬
                                     ‫‪ 9‬יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות‪,‬‬

                               ‫װער איז אַזױ שטאַרק װי דו‪ָ ,‬יה?‬
                       ‫און ד ַײנע געטר ַײע ז ַײנען רונד אַרום דיר‪.‬‬
          ‫‪ 10‬דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצקײט פֿון ים‪,‬‬
               ‫אַז ז ַײנע װעלן הײבן זיך‪ ,‬טוסט דו זײ א ַײנשטילן‪.‬‬
             ‫‪ 11‬דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם‪ַ ,‬ר ַהבֿ‪,‬‬
      ‫מיט ד ַײן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט ד ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬
                       ‫‪ 12‬ד ַײן איז דער הימל‪ ,‬ד ַײן אױך די ערד;‬
       ‫די װעלט און איר פֿולקײט‪ ,‬זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט‪.‬‬
                    ‫‪ 13‬צפֿון און ָדרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן‪,‬‬

                         ‫תּבֿור און חרמון זינגען פֿון ד ַײן נאָמען‪.‬‬
                             ‫‪ 14‬דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה‪,‬‬

             ‫ד ַײן האַנט איז שטאַרק‪ ,‬ד ַײן רעכטע איז דערהױבן‪.‬‬
‫‪ 15‬רעכט און גערעכטיקײט ז ַײנען דאָס געשטעל פֿון ד ַײן טראָן‪,‬‬

                          ‫גענאָד און אמת ז ַײנען פֿאַר ד ַײן פּנים‪.‬‬
          ‫‪ 16‬װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס ד ַײן ל ַײטזעליקײט‪,‬‬

                       ‫װאָס גײען‪ ,‬גאָט‪ ,‬אין ליכט פֿון ד ַײן פּנים‪.‬‬
                ‫‪ 17‬מיט ד ַײן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג‪,‬‬
                ‫און דורך ד ַײן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן‪.‬‬
           ‫‪ 18‬װאָרום דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט‪,‬‬
    ‫און דורך ד ַײן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן‪.‬‬

                        ‫‪ 19‬װאָרום גאָט‪ ,‬ער איז אונדזער שילד‪,‬‬
         ‫און דער הײליקער פֿון ישׂראל‪ ,‬ער איז אונדזער קיניג‪.‬‬
   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116