Page 109 - Thilim
P. 109

‫תּהלים‬

   ‫‪ 1‬פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח אַ מזמור; אַ ליד‪.‬פּז‬

       ‫ז ַײן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג‪.‬‬
                        ‫‪ 2‬גאָט האָט ליב די טױערן פֿון ִציון‬
                         ‫מער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ‪.‬‬

                     ‫‪ 3‬פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר‪,‬‬
                                  ‫דו שטאָט פֿון גאָט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

       ‫‪ 4‬איך דערמאָן ַר ַהבֿ און ָבבֿל פֿאַר מ ַײנע באַקענטע;‬
                         ‫אָט איז פּ ֶל ֶשת‪ ,‬און צור מיט כּוּש‪:‬‬

            ‫„דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן”‪.‬‬
                           ‫‪ 5‬אָבער פֿון ִציון װערט געזאָגט‪:‬‬

             ‫„דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן‪,‬‬
           ‫און דער אײבערשטער אַלײן באַפֿעסטיקט זי”‪.‬‬

               ‫‪ 6‬גאָט צײלט ב ַײם פֿאַרשר ַײבן די פֿעלקער‪:‬‬
          ‫דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                       ‫‪ 7‬יאָ‪ ,‬אַזױ װי פֿלײטנשפּילער זינגען‬
                            ‫אַלע מ ַײנע אינגעװײד‪ ,‬פֿון דיר‪.‬‬

  ‫‪ 1‬אַ געזאַנג; אַ מזמור פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח;‬

        ‫פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪,‬פּח‬

‫אױף ַמח ַלת ל ַענות; אַ באַטראַכטונג פֿון ֵהי ָמן דעם ֶאז ָרחי‪.‬‬
                             ‫‪ 2‬יהוה דו גאָט פֿון מ ַײן הילף‪,‬‬

                         ‫בעת איך שר ַײ ב ַײ נאַכט פֿאַר דיר‪,‬‬
                       ‫‪ 3‬זאָל קומען מ ַײן תּפֿילה פֿאַר דיר;‬

                                ‫נ ַײג ד ַײן אױער צו מ ַײן רוף‪.‬‬
               ‫‪ 4‬װאָרום זאַט מיט אומגליקן איז מ ַײן זעל‪,‬‬
      ‫און מ ַײן לעבן האָט צו דער אונטערערד דערגרײכט‪.‬‬
           ‫‪ 5‬איך װער גערעכנט מיט גענידערטע אין גרוב‪,‬‬

                    ‫איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אָן כּוח‪,‬‬
                      ‫‪ 6‬אַן אָפּגעזונדערטער צװישן מתים;‬
                      ‫װי דערשלאָגענע װאָס ליגן אין קבֿר‪,‬‬
                          ‫װאָס דו דערמאָנסט זײ ניט מער‪,‬‬

                   ‫און זײ ז ַײנען פֿון ד ַײן האַנט פֿאַרשניטן‪.‬‬
   104   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114