Page 108 - Thilim
P. 108
תּהלים
4דערפֿרײ די זעל פֿון ד ַײן קנעכט,
װאָרום צו דיר ,גאָט ,הײב איך אױף מ ַײן זעל.
5װאָרום דו ,גאָט ,ביסט גוט און פֿאַרגעביק,
און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.
6פֿאַרנעם ,גאָט ,מ ַײן תּפֿילה,
און האָרך צו דעם ָקול פֿון מ ַײנע געבעטן.
7אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך,
װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן.
8ניטאָ אַזאַ װי דו ,יהוה ,צװישן די געטער,
און ניטאָ אַזױ װי ד ַײנע מעשׂים.
9אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט,
װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר ,גאָט,
און געבן כּבֿוד צו ד ַײן נאָמען.
10װאָרום גרױס ביסטו ,און טוסט װוּנדער,
דו גאָט אַלײן.
11לערן מיך ,גאָט ,ד ַײן װעג ,איך זאָל גײן אין ד ַײן אמת,
אײנציק מ ַײן האַרץ צו פֿאָרכטן ד ַײן נאָמען.
12איך װעל דיך לױבן ,מ ַײן גאָט ,מיט מ ַײן גאַנצן האַרצן,
און ערלעכן ד ַײן נאָמען אױף אײביק.
13װאָרום גרױס איז ד ַײן ֶחסד צו מיר,
און האָסט מציל געװען מ ַײן זעל פֿון דער טיפֿער אונטערערד.
14גאָט ,מוטװיליקע ז ַײנען אָנגעשטאַנען אױף מיר,
און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מ ַײן לעבן,
און זײ האַלט דיך ניט אַנטקעגן זיך.
15אָבער דו יהוה ביסט אַ דערבאַרימדיקער און ל ַײטזעליקער גאָט,
א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן און ר ַײך אין גענאָד און טר ַײשאַפֿט.
16קער זיך צו מיר ,און ל ַײטזעליק מיך,
גיב ד ַײן שטאַרקײט צו ד ַײן קנעכט,
און העלף דעם זון פֿון ד ַײן דינסט.
17מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן,
און זאָלן זען מ ַײנע ָשׂונאים און פֿאַרשעמט װערן,
אַז דו גאָט האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.