Page 105 - Thilim
P. 105

‫תּהלים‬

                                         ‫מואָבֿ‪ ,‬און די ַהגרים;‬
                                 ‫‪ 8‬גבֿל‪ ,‬און עמון‪ ,‬און ַע ָמלק‪,‬‬
                            ‫פּ ֶל ֶשת מיט די באַװױנער פֿון צור‪.‬‬
                    ‫‪ 9‬אױך אשור האָט זיך באַהעפֿט מיט זײ;‬
             ‫זײ ז ַײנען אַן אָרעם צו די קינדער פֿון לוט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                                ‫‪ 10‬טו צו זײ אַזױ װי צו מדין‪,‬‬
               ‫װי צו סיסראָן‪ ,‬װי צו יבֿינען ב ַײם ט ַײך קישון‪,‬‬
           ‫‪ 11‬װאָס ז ַײנען פֿאַרטיליקט געװאָרן אין ֵעין‪-‬דֹאר‪,‬‬

                            ‫געװאָרן װי מיסט אױף דער ערד‪.‬‬
               ‫‪ 12‬מאַך זײערע אַדלל ַײט װי עוֹ ֵרבֿ און װי זאבֿ‪,‬‬
            ‫און װי זבֿח און װי צלמנע‪ ,‬אַלע זײערע פֿירשטן;‬

                  ‫‪ 13‬די װאָס זאָגן‪ :‬לאָמיר ַירשען פֿאַר אונדז‬
                                        ‫די װױנונגען פֿון גאָט‪.‬‬

                      ‫‪ 14‬מ ַײן גאָט‪ ,‬מאַך זײ װי װירבלשטױב‪,‬‬
                                        ‫װי שפּרײ פֿאַרן װינט‪.‬‬

                   ‫‪ 15‬װי אַ פֿ ַײער װאָס פֿאַרברענט אַ װאַלד‪,‬‬
                ‫און װי אַ פֿלאַם װאָס צעפֿלאַקערט די בערג‪,‬‬
             ‫‪ 16‬אַזױ זאָלסטו זײ נאָכיאָגן מיט ד ַײן שטורעם‪,‬‬

                       ‫און מיט ד ַײן געװיטער זײ דערשרעקן‪.‬‬
                               ‫‪ 17‬פֿיל זײער פּנים מיט שאַנד‪,‬‬

                           ‫אַז זײ זאָלן זוכן ד ַײן נאָמען‪ ,‬גאָט‪.‬‬
  ‫‪ 18‬זאָלן זײ פֿאַרשעמט און דערשראָקן װערן אױף אײביק‪,‬‬

                 ‫און זאָלן זײ צו שאַנד װערן און אונטערגײן‪.‬‬
‫‪ 19‬און זאָלן זײ װיסן אַז דו אַלײן װאָס ד ַײן נאָמען איז יהוה‪,‬‬

             ‫ביסט דער העכסטער איבער דער גאַנצער ערד‪.‬‬

    ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער‪ ,‬אױף ִגתּית; פֿון די‬

         ‫קינדער פֿון קֹ ַרח אַ מזמור‪.‬פּד‬
                              ‫‪ 2‬װי ליב ז ַײנען ד ַײנע װױנונגען‪,‬‬
                                             ‫גאָט פֿון צבֿאות!‬
                              ‫‪ 3‬מ ַײן זעל גאַרט און גײט אױס‬
                                       ‫נאָך די הױפֿן פֿון גאָט;‬
                              ‫מ ַײן האַרץ און מ ַײן ל ַײב זינגען‬
   100   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110