Page 101 - Thilim
P. 101
תּהלים
9שטײ אונדז ב ַײ ,גאָט פֿון אונדזער הילף,
צוליב דעם כּבֿוד פֿון ד ַײן נאָמען,
און ז ַײ אונדז מציל ,און ז ַײ מכפּר אױף אונדזערע זינד,
פֿון װעגן ד ַײן נאָמען.
10נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער:
אַװוּ איז זײער גאָט?
זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגן
די נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון ד ַײנע קנעכט.
11זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,
לױט דער גרױסקײט פֿון ד ַײן אָרעם לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,
12און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם,
זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט ,גאָט.
13און מיר ,ד ַײן פֿאָלק ,און די שאָף פֿון ד ַײן פֿיטערונג,
װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק,
אױף ָדור-דורות װעלן מיר דערצײלן ד ַײן לױב.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער ,אױף שוֹ ַשנים-עדות; פֿון אָ ָספֿן אַ
מזמור.פּ
2דו פּאַסטוך פֿון ישׂראל ,פֿאַרנעם;
דו װאָס פֿירסט אַזױ װי שאָף יוסף,
דו װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים ,ש ַײן אַרױס.
3פֿאַרױס פֿאַר אפֿ ַר ִים און בנימין און מנשה דערװעק ד ַײן גבֿורה,
און קום אונדז צו הילף.
4גאָט ,ריכט אונדז װידער אױף,
און דערל ַײכט ד ַײן פּנים ,אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
5יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות,
ביז װאַנען װעסטו צערענען אױף דער תּפֿילה פֿון ד ַײן פֿאָלק?
6האָסט זײ געשפּ ַײזט מיט ברױט פֿון טרערן,
און זײ געמאַכט טרינקען עמערסװ ַײז טרערן.
7מאַכסט אונדז צום גערײד ב ַײ אונדזערע שכנים,
און אונדזערע ָשׂונאים לאַכן זיך אָן.