Page 100 - Thilim
P. 100

‫תּהלים‬

                         ‫‪ 68‬נאָר אױסדערװײלט דעם שבֿט יהוּדה‪,‬‬
                                ‫דעם באַרג ִציון װאָס ער האָט ליב‪.‬‬

            ‫‪ 69‬און ער האָט געבױט װי די הימלען ז ַײן הײליקטום‪,‬‬
             ‫װי די ערד װאָס ער האָט געגרונטפֿעסט אױף אײביק‪.‬‬

                  ‫‪ 70‬און ער האָט אױסדערװײלט דוד ז ַײן קנעכט‪,‬‬
                           ‫און אים גענומען פֿון די שאָפֿגעהעפֿטן‪.‬‬

           ‫‪ 71‬פֿון הינטער די מילכשעפּסן האָט ער אים געבראַכט‬
                                       ‫צו פֿיטערן יעקבֿ ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                               ‫און ישׂראל ז ַײן אַרב‪.‬‬

 ‫‪ 72‬ער האָט זײ געפֿיטערט לױט דער ערלעכקײט פֿון ז ַײן האַרצן‪,‬‬
       ‫און מיט דער פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון ז ַײנע הענט זײ געפֿירט‪.‬‬

                                    ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון אָ ָספֿן‪.‬‬

    ‫גאָט‪ ,‬פֿעלקער ז ַײנען געקומען אין ד ַײן אַרב;עט‬
                   ‫זײ האָבן פֿאַראומרײניקט ד ַײן הײליקן טעמפּל‪,‬‬
                          ‫זײ האָבן געמאַכט ירושלים פֿאַר הױפֿנס‪.‬‬
            ‫‪ 2‬זײ האָבן געגעבן די טױטע ל ַײבער פֿון ד ַײנע קנעכט‬

                               ‫פֿאַר שפּ ַײז צו דעם פֿױגל פֿון הימל‪,‬‬
          ‫דאָס פֿלײש פֿון ד ַײנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד‪.‬‬
‫‪ 3‬זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער‪ ,‬אַרום ירושלים‪,‬‬

                                   ‫און ניט געװען קײן באַגרעבער‪.‬‬
              ‫‪ 4‬מיר ז ַײנען געװאָרן אַ חרפּה ב ַײ אונדזערע שכנים‪,‬‬
              ‫אַ געלעכטער און אַ שפּאָט ב ַײ אונדזערע אַרומיקע‪.‬‬

                   ‫‪ 5‬ביז װאַנען גאָט װעסטו צערענען נאָכאַנאַנד?‬
                                 ‫װעט ברענען װי פֿ ַײער ד ַײן צאָרן?‬

                       ‫‪ 6‬גיס אױס ד ַײן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער‬
                                               ‫װאָס קענען דיך ניט‪,‬‬

                                             ‫און אױף די קיניגר ַײכן‬
                                         ‫װאָס רופֿן ניט ד ַײן נאָמען‪.‬‬
                             ‫‪ 7‬װאָרום מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ‪,‬‬
                               ‫און ז ַײן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט‪.‬‬
        ‫‪ 8‬זאָלסט אונדז ניט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿרִיערדיקע‪,‬‬
                 ‫גיך זאָל אונדז אַנטקעגנקומען ד ַײן דערבאַרימונג‪,‬‬
                                  ‫װאָרום מיר ז ַײנען געפֿאַלן זײער‪.‬‬
   95   96   97   98   99   100   101   102   103   104   105