Page 102 - Thilim
P. 102
תּהלים
8גאָט פֿון צבֿאות ,ריכט אונדז װידער אױף,
און דערל ַײכט ד ַײן פּנים ,אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
9אַ װ ַײנשטאָק האָסטו אַרױסגעצױגן פֿון מצ ַר ִים,
האָסט פֿאַרטריבן פֿעלקער ,און אים א ַײנגעפֿלאַנצט.
10האָסט אָפּגעראַמט פֿאַר אים,
און ער האָט א ַײנגעװאָרצלט ז ַײנע װאָרצלען,
און אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.
11די בערג ז ַײנען פֿאַרדעקט געװאָרן פֿון ז ַײן שאָטן,
און ז ַײנע צװ ַײגן ז ַײנען געװען צעדערן פֿון גאָט.
12ער האָט אַרױסגעלאָזט ז ַײנע ריטער ביז צום ים,
און ביז צום ט ַײך ז ַײנע שפּראָצן.
13פֿאַר װאָס האָסטו צעבראָכן ז ַײנע צאַמען,
אַז אַלע װעגגײער זאָלן אים אַרומקל ַײבן?
14דער חזר פֿון װאַלד פֿרעסט אים אָפּ,
און די װידמענונג פֿון פֿעלד פֿיטערט זיך אױף אים.
15גאָט פֿון צבֿאות ,קער זיך אום ,איך בעט דיך,
לוג פֿון הימל און זע ,און גיב אַכט אױפֿן דאָזיקן װ ַײנשטאָק,
16און באַפֿעסטיק דאָס װאָס ד ַײן רעכטע האָט א ַײנגעפֿלאַנצט,
און דערהײב דעם צװ ַײג װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט.
17ער איז פֿון פֿ ַײער פֿאַרברענט ,ער איז אָפּגעשניטן;
פֿון דעם בײזער פֿון ד ַײן פּנים גײען זײ אונטער.
18זאָל ד ַײן האַנט ז ַײן אױף דעם מאַן פֿון ד ַײן רעכטער האַנט,
אױף דעם מענטשנקינד װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט,
19אַז מיר זאָלן זיך ניט אָפּקערן פֿון דיר;
זאָלסט אונדז אױפֿלעבן ,אַז מיר רופֿן ד ַײן נאָמען.
20יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות ,ריכט אונדז װידער אױף,
דערל ַײכט ד ַײן פּנים ,אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער ,אױף ִגתּית; פֿון אָ ָספֿן.
2זינגט צו גאָט אונדזער שטאַרקײט,פּא
שאַלט צו דעם גאָט פֿון יעקבֿ.
3הײבט אױף אַ געזאַנג ,און שפּילט אױף אַ פּױק,