Page 107 - Thilim
P. 107

‫תּהלים‬

                        ‫‪ 3‬האָסט פֿאַרגעבן די זינד פֿון ד ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                    ‫האָסט פֿאַרדעקט זײערע אַלע חטאים‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                                ‫‪ 4‬האָסט א ַײנגעטאָן אַל ד ַײן רוגז‪,‬‬
                       ‫האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון ד ַײן גרימצאָרן‪.‬‬
             ‫‪ 5‬ריכט אונדז װידער אױף‪ ,‬גאָט פֿון אונדזער הילף‪,‬‬

                            ‫און פֿאַרשטער ד ַײן כּעס קעגן אונדז‪.‬‬
                 ‫‪ 6‬צי אױף אײביק װעסטו צערענען אױף אונדז?‬

                         ‫װעסטו צִיען ד ַײן כּעס אױף ָדור‪-‬דורות?‬
                        ‫‪ 7‬צי װעסטו אונדז ניט אױפֿלעבן װידער‪,‬‬

                          ‫אַז ד ַײן פֿאָלק זאָל זיך פֿרײען מיט דיר?‬
                                    ‫‪ 8‬װ ַײז אונדז‪ ,‬גאָט‪ ,‬ד ַײן ֶחסד‪,‬‬

                               ‫און ד ַײן הילף זאָלסטו אונדז געבן‪.‬‬

                               ‫‪ 9‬איך הער װאָס גאָט יהוה רעדט;‬
‫פֿאַר װאָר‪ ,‬ער רעדט פֿריד פֿאַר ז ַײן פֿאָלק און פֿאַר ז ַײנע פֿרומע;‬

                   ‫נאָר זײ זאָלן זיך ניט אומקערן צו נאַרישקײט‪.‬‬
                ‫‪ 10‬גאָר נאָנט צו ז ַײנע פֿאָרכטער איז ז ַײן ישועה‪,‬‬

                          ‫כּדי כּבֿוד זאָל רוען אין אונדזער לאַנד‪.‬‬
                         ‫‪ 11‬גענאָד און אמת האָבן זיך באַגעגנט‪,‬‬
                     ‫גערעכטיקײט און שלום האָבן זיך צעקושט‪.‬‬

                                 ‫‪ 12‬אמת שפּראָצט פֿון דער ערד‪,‬‬
                               ‫און גערעכטיקײט לוגט פֿון הימל‪.‬‬

                                     ‫‪ 13‬יאָ‪ ,‬גאָט װעט געבן גוטס‪,‬‬
                       ‫און אונדזער לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט‪.‬‬

                         ‫‪ 14‬גערעכטיקײט װעט גײן אים פֿאַרױס‪,‬‬
                               ‫און קירעװען אין װעג ז ַײנע טריט‪.‬‬

              ‫‪ 1‬אַ תּפֿילה פֿון ָד ִודן‪.‬פּו‬

                   ‫נ ַײג צו‪ ,‬גאָט‪ ,‬ד ַײן אױער‪ ,‬ענטפֿער מיר‪,‬‬
                          ‫װאָרום אָרים און באַדערפֿטיק בין איך‪.‬‬

                        ‫‪ 2‬באַהיט מ ַײן זעל װאָרום איך בין פֿרום‪,‬‬
 ‫העלף‪ ,‬דו מ ַײן גאָט‪ ,‬ד ַײן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר‪.‬‬

                                           ‫‪ 3‬ל ַײטזעליק מיך‪ ,‬גאָט‪,‬‬
                           ‫װאָרום צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג‪.‬‬
   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111   112