Page 110 - Thilim
P. 110

‫תּהלים‬

           ‫‪ 7‬האָסט מיך אַר ַײנגעטאָן אין דער אונטערשטער גרוב‪.‬‬
                                  ‫אין פֿינצטערנישן‪ ,‬אין טיפֿענישן‪.‬‬

                    ‫‪ 8‬אױף מיר האָט זיך אָנגעלײגט ד ַײן גרימצאָרן‪,‬‬
                    ‫און אַלע ד ַײנע אינדן דריקסטו אױף מיר‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                  ‫‪ 9‬האָסט דערװ ַײטערט מ ַײנע באַקענטע פֿון מיר‪,‬‬
                    ‫האָסט מיך געמאַכט אַן אומװערדיקײט ב ַײ זײ;‬
                     ‫איך בין א ַײנגעשפּאַרט און קען ניט אַרױסגײן‪.‬‬

                                     ‫‪ 10‬מ ַײן אױג שמאַכט פֿון פּ ַײן;‬
                             ‫איך האָב דיך גערופֿן‪ ,‬גאָט‪ ,‬אַלע טאָג‪,‬‬
                     ‫איך האָב אױסגעשפּרײט צו דיר מ ַײנע הענט‪.‬‬
                               ‫‪ 11‬װעסטו פֿאַר מתים טאָן װוּנדער?‬
                    ‫צי די טױטע װעלן אױפֿשטײן דיך לױבן? ֶס ָלה‪.‬‬
                      ‫‪ 12‬װעט דערצײלט װערן אין קבֿר ד ַײן ֶחסד?‬

                                 ‫ד ַײן טר ַײשאַפֿט אין אונטערגאַנג?‬
    ‫‪ 13‬װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש ד ַײנע װוּנדער?‬

                 ‫און ד ַײן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?‬

                             ‫‪ 14‬אָבער איך‪ ,‬צו דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬שר ַײ איך‪,‬‬
                    ‫און אין פֿרימאָרגן קומט פֿאַר דיר מ ַײן תּפֿילה‪.‬‬

                        ‫‪ 15‬פֿאַר װאָס פֿאַרלאָזסטו‪ ,‬גאָט‪ ,‬מ ַײן זעל?‬
                                  ‫פֿאַרבאָרגסטו ד ַײן פּנים פֿון מיר?‬

                    ‫‪ 16‬איך בין געדריקט און גײ א ַײן פֿון יוגנט אָן‪,‬‬
                            ‫איך טראָג ד ַײן אימה‪ ,‬איך בין צעדולט‪.‬‬

                        ‫‪ 17‬איבער מיר איז ד ַײן גרימצאָרן אַריבער‪,‬‬
                           ‫ד ַײנע שרעקענישן האָבן מיך פֿאַרשניטן‪.‬‬

      ‫‪ 18‬זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי אַ װאַסער אַ גאַנצן טאָג‪,‬‬
                           ‫זײ האָבן אין אײנעם מיך אַרומגענומען‪.‬‬

       ‫‪ 19‬האָסט דערװ ַײטערט פֿון מיר אַ גוטן פֿר ַײנט און אַ חבֿר‪,‬‬
                          ‫מ ַײן באַקענטשאַפֿט איז די פֿינצטערניש‪.‬‬

                 ‫‪ 1‬אַ באַטראַכטונג פֿון ֵאי ָתן דעם ֶאז ָרחי‪.‬‬

    ‫‪ 2‬די חסדים פֿון גאָט װעל איך אײביק זינגען‪,‬פּט‬

‫אױף ָדור‪-‬דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן ד ַײן טר ַײשאַפֿט מיט מ ַײן‬
                                                               ‫מױל‪.‬‬
   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115