Page 112 - Thilim
P. 112

‫תּהלים‬

      ‫‪ 20‬האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו ד ַײנע פֿרומע‪,‬‬
‫און האָסט געזאָגט‪ :‬איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ ִגבור‪,‬‬

            ‫איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק‪.‬‬
                        ‫‪ 21‬איך האָב געפֿונען דוד מ ַײן קנעכט‪,‬‬

              ‫איך האָב מיט מ ַײן הײליקן אײל אים געזאַלבט;‬
                   ‫‪ 22‬אַז מ ַײן האַנט זאָל ז ַײן פֿעסט מיט אים‪,‬‬
                            ‫און מ ַײן אָרעם זאָל אים שטאַרקן‪.‬‬
                        ‫‪ 23‬קײן פֿ ַײנט זאָל ניט מאָנען פֿון אים‪,‬‬
                     ‫און קײן באַ ַעװלער זאָל אים ניט פּ ַײניקן‪.‬‬

      ‫‪ 24‬און איך װעל צעשטױסן ז ַײנע דריקער פֿון פֿאַר אים‪,‬‬
                           ‫און ז ַײנע ָשׂונאים װעל איך שלאָגן‪.‬‬

    ‫‪ 25‬און מ ַײן טר ַײשאַפֿט און מ ַײן ֶחסד װעלן ז ַײן מיט אים‪,‬‬
         ‫און דורך מ ַײן נאָמען װעט דערהױבן װערן ז ַײן האָרן‪.‬‬
               ‫‪ 26‬און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים ז ַײן האַנט‪,‬‬
                                 ‫און אױף די ט ַײכן ז ַײן רעכטע‪.‬‬
                    ‫‪ 27‬ער װעט מיך רופֿן‪ :‬מ ַײן פֿאָטער ביסטו‪,‬‬
                      ‫מ ַײן גאָט‪ ,‬און דער פֿעלדז פֿון מ ַײן הילף;‬
                      ‫‪ 28‬אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן ב ָכור‪,‬‬
                ‫פֿאַרן העכסטן איבער די מלכים פֿון דער ערד‪.‬‬
                ‫‪ 29‬אױף אײביק װעל איך אים היטן מ ַײן ֶחסד‪,‬‬
                       ‫און מ ַײן בונד װעט אים בל ַײבן געטר ַײ‪.‬‬
              ‫‪ 30‬און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק ז ַײן זאָמען‪,‬‬
                      ‫און ז ַײן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען‪.‬‬
               ‫‪ 31‬אַז ז ַײנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מ ַײן תּורה‪,‬‬
                       ‫און אין מ ַײנע געזעצן װעלן זײ ניט גײן;‬
                     ‫‪ 32‬אַז מ ַײנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן‪,‬‬
                         ‫און מ ַײנע געבאָט װעלן זײ ניט היטן;‬
            ‫‪ 33‬װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך‪,‬‬
                                    ‫און מיט פּלאָגן זײער זינד‪.‬‬
       ‫‪ 34‬אָבער מ ַײן ֶחסד װעל איך ניט פֿאַרשטערן פֿון אים‪,‬‬
                           ‫און ניט פֿעלשן אָן מ ַײן טר ַײשאַפֿט‪.‬‬
                       ‫‪ 35‬איך װעל ניט פֿאַרשװעכן מ ַײן בונד‪,‬‬

       ‫און דעם אַרױסלאָז פֿון מ ַײנע ליפּן װעל איך ניט ב ַײטן‪.‬‬
         ‫‪ 36‬אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מ ַײן הײליקײט‪:‬‬
                                ‫אױב איך װעל פֿעלשן אָן ָד ִודן!‬
                                ‫‪ 37‬ז ַײן זאָמען זאָל ז ַײן אײביק‪,‬‬
   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116   117