Page 114 - Thilim
P. 114

‫תּהלים‬

       ‫פֿירטער ֵספֿר‬

     ‫‪ 1‬אַ תּפֿילה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן‪.‬צ‬
                           ‫גאָט‪ ,‬דו ביסט אונדז געװען‬
                               ‫אַ באַשיצונג אין אַלע דורות‪.‬‬
                  ‫‪ 2‬אײדער די בערג ז ַײנען געבאָרן געװאָרן‪,‬‬
              ‫און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט‪,‬‬

                           ‫און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט‪,‬‬
                                              ‫ביסט דו גאָט‪.‬‬

             ‫‪ 3‬ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט‪,‬‬
            ‫און זאָגסט‪ :‬טוט תּשובֿה‪ ,‬איר מענטשנקינדער‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬װאָרום טױזנט יאָר איז אין ד ַײנע אױגן‬
          ‫װי דער נעכטיקער טאָג‪ ,‬װען ער איז פֿאַרגאַנגען‪,‬‬

                              ‫און װי אַ װאַך אין דער נאַכט‪.‬‬
            ‫‪ 5‬שטראָמסט זײ אַװעק‪ ,‬װי אַ דרעמל װערן זײ;‬

                          ‫אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן‪,‬‬
                  ‫‪ 6‬אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן –‬

                     ‫צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט‪.‬‬

              ‫‪ 7‬װאָרום מיר װערן פֿאַרלענדט אין ד ַײן כּעס‪,‬‬
               ‫און אין ד ַײן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט‪.‬‬

                  ‫‪ 8‬האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר‪,‬‬
       ‫אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון ד ַײן פּנים‪.‬‬
‫‪ 9‬װאָרום אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין ד ַײן גרימצאָרן‪,‬‬

                ‫מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך‪.‬‬
    ‫‪ 10‬די טעג פֿון אונדזערע יאָרן‪ ,‬זײ ז ַײנען זיבעציק יאָר‪,‬‬

                         ‫און אַז אין גבֿורה‪ ,‬איז אַכציק יאָר;‬
           ‫און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;‬
            ‫װאָרום גיך פֿאַרגײט עס‪ ,‬און מיר פֿלִיען אַװעק‪.‬‬

                ‫‪ 11‬װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון ד ַײן כּעס‪,‬‬
           ‫אַז װי ד ַײן מוֹראדיקײט אַזױ איז ד ַײן גרימצאָרן?‬
           ‫‪ 12‬לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג‪,‬‬

                    ‫כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה‪.‬‬
   109   110   111   112   113   114   115   116   117   118   119