Page 118 - Thilim
P. 118
תּהלים
פֿאַר ד ַײן הױז פּאַסט זיך הײליקײט ,גאָט,
אױף אײביקע טעג.
1יהוה דו גאָט פֿון נקמות,צד
גאָט פֿון נקמות ,ש ַײן אַרױס!
2דערהײב זיך ,דו ריכטער פֿון דער ערד,
קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע.
3ביז װאַנען װעלן די ר ָשעים ,גאָט,
ביז װאַנען װעלן די ר ָשעים זיך פֿרײען?
4זײ גאַװערן ,זײ רעדן פֿאַרש ַײט,
זײ רימען זיך ,אַלע טוער פֿון אומרעכט.
5ד ַײן פֿאָלק ,גאָט ,צעדריקן זײ,
און זײ פּ ַײניקן ד ַײן אַרב.
6די אלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ,
און יתומים טײטן זײ.
7און זײ זאָגןָ :יה װעט ניט זען,
און דער גאָט פֿון יעקבֿ װעט ניט מערקן.
8באַטראַכט ,איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק,
און איר נאַרן ,װען װעט איר קלוג װערן?
9דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער ,צי װעט ער ניט הערן?
דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג ,צי װעט ער ניט זען?
10דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער ,צי װעט ער ניט שטראָפֿן?
ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן.
11גאָט װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן,
אַז זײ ז ַײנען נישטיק.
12װױל צו דעם מאַן װאָס דו מוסערסט אים ,גאָט,
און פֿון ד ַײן תּורה טוסטו אים לערנען;
13כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז,
ביז אַ גרוב װעט געגראָבן װערן פֿאַרן ָרשע.
14װאָרום גאָט װעט ניט אַװעקװאַרפֿן ז ַײן פֿאָלק,
און ז ַײן אַרב ניט פֿאַרלאָזן.
15װאָרום צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט,