Page 123 - Thilim
P. 123
תּהלים
1גאָט טוט קיניגן,צט
זאָלן ציטערן די פֿעלקער;
ער טראָנט איבער די כּרובֿים,
זאָל זיך װאַקלען די ערד.
2גאָט איז גרױס אין ִציון,
און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער.
3זאָלן זײ לױבן ד ַײן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען – הײליק איז ער! –
4און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט.
דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר,
רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן.
5דערהײבט יהוה אונדזער גאָט,
און בוקט זיך צו ז ַײן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!
6משה און אַהרֹן ז ַײנען געװען צװישן ז ַײנע כּהנים,
און שמואל צװישן די װאָס רופֿן ז ַײן נאָמען;
זײ פֿלעגן רופֿן צו גאָט,
און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן.
7אין אַ װאָלקנז ַײל פֿלעגט ער רעדן צו זײ;
זײ האָבן געהיט ז ַײנע אָנזאָגן,
און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן.
8יהוה אונדזער גאָט ,דו האָסט זײ געענטפֿערט:
אַ פֿאַרגעביקער גאָט ביסטו זײ געװען,
און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערט װעגן.
9דערהײבט יהוה אונדזער גאָט,
און בוקט זיך צו ז ַײן הײליקן באַרג,
װאָרום הײליק איז יהוה אונדזער גאָט.
1אַ מזמור פֿון דאַנקגעבונג.ק
שאַלט צו גאָט ,די גאַנצע ערד.
2דינט גאָט מיט ִשׂמחה,
קומט פֿאַר אים מיט געזאַנג.
3װײסט אַז יהוה ,ער איז גאָט;
ער האָט אונדז באַשאַפֿן ,און ז ַײנע ז ַײנען מיר,
ז ַײן פֿאָלק ,און די שאָף פֿון ז ַײן פֿיטערונג.
4קומט אין ז ַײנע טױערן מיט דאַנק,