Page 125 - Thilim
P. 125

‫תּהלים‬

                           ‫כּדי צו פֿאַרשנ ַײדן פֿון גאָטס שטאָט‬
                                      ‫אַלע טוער פֿון אומרעכט‪.‬‬

‫‪ 1‬אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך‪,‬‬

     ‫און ער גיסט אױס פֿאַר גאָט ז ַײן קלאָג‪.‬קב‬
                                   ‫‪ 2‬גאָט‪ ,‬הער צו מ ַײן תּפֿילה‪,‬‬
                           ‫און מ ַײן געשרײ זאָל קומען צו דיר‪.‬‬
                   ‫‪ 3‬זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן ד ַײן פּנים פֿון מיר‪,‬‬
                 ‫אין טאָג פֿון מ ַײן נױט נ ַײג ד ַײן אױער צו מיר‪,‬‬
                      ‫אין טאָג װאָס איך רוף‪ ,‬ענטפֿער מיר גיך‪.‬‬
                   ‫‪ 4‬װאָרום אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מ ַײנע טעג‪,‬‬
               ‫און מ ַײנע בײנער ז ַײנען װי אַן אױװן צעברענט‪.‬‬
        ‫‪ 5‬צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מ ַײן האַרץ‪,‬‬

                      ‫װאָרום איך פֿאַרגעס צו עסן מ ַײן ברױט‪.‬‬
                         ‫‪ 6‬פֿון װעגן די קולות פֿון מ ַײן קרעכצן‬

                     ‫איז מ ַײן געבײן צוגעקלעפּט צו מ ַײן הױט‪.‬‬
                   ‫‪ 7‬איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר‪,‬‬
                   ‫איך בין געװאָרן װי אַן א ַײל פֿון די חורבֿות‪.‬‬

                    ‫‪ 8‬איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרן‬
                             ‫װי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך‪.‬‬

                   ‫‪ 9‬אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מ ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
            ‫די װאָס װילדעװען קעגן מיר‪ ,‬שילטן זיך מיט מיר‪.‬‬

               ‫‪ 10‬װאָרום אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן‪,‬‬
           ‫און מ ַײנע טראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט‪.‬‬

                          ‫‪ 11‬פֿון װעגן ד ַײן כּעס און ד ַײן צאָרן;‬
 ‫װאָרום האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשל ַײדערט‪.‬‬

              ‫‪ 12‬מ ַײנע טעג ז ַײנען װי אַ שאָטן װאָס נ ַײגט זיך‪,‬‬
                             ‫און אַזױ װי גראָז טריקן איך א ַײן‪.‬‬

                       ‫‪ 13‬אָבער דו גאָט טראָנסט אױף אײביק‪,‬‬
                     ‫און ד ַײן געדעכעניש איז אױף ָדור‪-‬דורות‪.‬‬
      ‫‪ 14‬דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרימען אױף ִציון‪,‬‬

                        ‫װאָרום עס איז צ ַײט זי צו ל ַײטזעליקן‪,‬‬
                                 ‫װאָרום געקומען איז די שעה‪.‬‬
   120   121   122   123   124   125   126   127   128   129   130