Page 130 - Thilim
P. 130

‫תּהלים‬

                     ‫‪ 24‬װי פֿיל ז ַײנען ד ַײנע װערק‪ ,‬גאָט!‬
                   ‫זײ אַלע האָסטו מיט חכמה געמאַכט;‬
               ‫די גאַנצע ערד איז פֿול מיט ד ַײן באַשאַף‪.‬‬
                     ‫‪ 25‬אָן איז דער ים‪ ,‬גרױס און ברײט‪,‬‬

                      ‫דאָרט איז אַ װידמענונג אָן אַ צאָל‪,‬‬
                               ‫חיות גרױסע מיט קלײנע‪.‬‬
                               ‫‪ 26‬דאָרט גײען אום שיפֿן;‬

‫דער ִלוָיתן װאָס דו האָסט באַשאַפֿן זיך צו שפּילן דערין‪.‬‬
                           ‫‪ 27‬זײ אַלע קוקן אױס צו דיר‪,‬‬

                      ‫צו געבן זײער שפּ ַײז אין איר צ ַײט‪.‬‬
                            ‫‪ 28‬גיסטו זײ‪ ,‬קל ַײבן זײ אױף‪,‬‬

              ‫עפֿנסט ד ַײן האַנט‪ ,‬זעטן זײ זיך מיט גוטס‪.‬‬
        ‫‪ 29‬פֿאַרבאָרגסטו ד ַײן פּנים‪ ,‬װערן זײ פֿאַרכאַפּט‪,‬‬

                   ‫טוסט א ַײן זײער אָטעם‪ ,‬פֿאַרגײען זײ‪,‬‬
                      ‫און קערן זיך אום צו זײער שטױב‪.‬‬

       ‫‪ 30‬שיקסט אַרױס ד ַײן אָטעם‪ ,‬װערן זײ באַשאַפֿן‪,‬‬
                ‫און דו באַנ ַײסט דעם פּנים פֿון דער ערד‪.‬‬

            ‫‪ 31‬זאָל דער כּבֿוד פֿון גאָט ז ַײן אױף אײביק!‬
                   ‫זאָל גאָט זיך פֿרײען מיט ז ַײנע װערק!‬

         ‫‪ 32‬דער װאָס קוקט אָן די ערד‪ ,‬און זי ציטערט‪,‬‬
                 ‫װאָס רירט אָן די בערג‪ ,‬און זײ רײכערן‪.‬‬

            ‫‪ 33‬איך װעל זינגען צו יהוה כּל‪-‬זמן איך לעב‪,‬‬
          ‫איך װעל שפּילן צו מ ַײן גאָט װי לאַנג איך בין‪.‬‬

                     ‫‪ 34‬זאָל אים געזיסט ז ַײן מ ַײן רעדן;‬
                                   ‫איך פֿרײ זיך מיט גאָט‪.‬‬

     ‫‪ 35‬זאָלן די זינדיקע פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד‪,‬‬
                       ‫און די ר ָשעים זאָלן מער ניט ז ַײן‪.‬‬
                                      ‫לױב גאָט‪ ,‬מ ַײן זעל‪,‬‬
                                                  ‫ַה ְללוָּיה‪.‬‬

      ‫‪ 1‬גיט אַ דאַנק צו גאָט‪ ,‬רופֿט ז ַײן נאָמען‪,‬‬

‫לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער ז ַײנע טוּונגען‪.‬קה‬
                        ‫‪ 2‬זינגט צו אים‪ ,‬שפּילט צו אים‪,‬‬
   125   126   127   128   129   130   131   132   133   134   135