Page 132 - Thilim
P. 132

‫תּהלים‬

                          ‫האָט דער באַפֿעל פֿון גאָט אים געפּרוּװט‪.‬‬
                  ‫‪ 20‬דער מלך האָט געשיקט און אים לױז געלאָזט‪,‬‬
          ‫דער געװעלטיקער פֿון פֿעלקער – און אים פֿר ַײ געמאַכט‪.‬‬
            ‫‪ 21‬ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער ז ַײן הױז‪,‬‬
                 ‫און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבער ז ַײן גאַנצן אײגנס‪,‬‬

                           ‫‪ 22‬צו בינדן ז ַײנע האַרן לױט ז ַײן באַראָט‪,‬‬
                                   ‫און ז ַײנע עלטסטע זאָל ער קליגן‪.‬‬

                            ‫‪ 23‬און ישׂראל איז געקומען קײן מצ ַר ִים‪.‬‬
                    ‫און יעקבֿ האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד ָחם‪.‬‬
                     ‫‪ 24‬און ער האָט זײער געפֿרוכפּערט ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                    ‫און זײ געמאַכט שטאַרקער פֿון זײערע דריקער‪.‬‬
      ‫‪ 25‬ער האָט פֿאַרקערט זײער האַרץ פֿ ַײנט צו האָבן ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                                   ‫זיך צו קליגן אַקעגן ז ַײנע קנעכט‪.‬‬
                              ‫‪ 26‬ער האָט געשיקט משה ז ַײן קנעכט‪,‬‬
                           ‫אַהרֹנען װעמען ער האָט אױסדערװײלט‪.‬‬
          ‫‪ 27‬האָבן זײ געמאַכט צװישן זײ די זאַכן פֿון ז ַײנע צײכנס‪,‬‬

                                      ‫און װוּנדער אין לאַנד פֿון ָחם‪.‬‬
       ‫‪ 28‬ער האָט אָנגעשיקט פֿינצטערניש און פֿינצטער געמאַכט;‬

                       ‫און זײ האָבן ניט װידערשפּעניקט ז ַײן װאָרט‪.‬‬
                  ‫‪ 29‬ער האָט פֿאַרקערט זײערע װאַסערן אין בלוט‪,‬‬

                                       ‫און האָט געטײט זײערע פֿיש‪.‬‬
                             ‫‪ 30‬זײער לאַנד האָט געװידמעט פֿרעש‪,‬‬
                              ‫ביז אין די קאַמערן פֿון זײערע מלכים‪.‬‬
             ‫‪ 31‬ער האָט געהײסן‪ ,‬און אַ געמיש פֿליגן איז געקומען‪,‬‬
                             ‫אומגעציפֿער אין זײער גאַנצן געמאַרק‪.‬‬
                 ‫‪ 32‬ער האָט געגעבן אָנשטאָט זײערע רעגנס האָגל‪,‬‬

                                      ‫אַ פֿלאַמפֿ ַײער אין זײער לאַנד‪.‬‬
‫‪ 33‬און ער האָט א ַײנגעשלאָגן זײער װ ַײנשטאָק און זײער פֿ ַײגנבױם‪,‬‬

                    ‫און אױסגעבראָכן די בײמער פֿון זײער געמאַרק‪.‬‬
               ‫‪ 34‬ער האָט געהײסן‪ ,‬און אַ הײשעריק איז געקומען‪,‬‬

                                ‫און אַ גראָזפֿרעסער אַזש אָן אַ צאָל;‬
‫‪ 35‬און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קר ַײטעכץ אין זײער לאַנד‪,‬‬

                           ‫און אױפֿגעגעסן די פֿרוכט פֿון זײער ערד‪.‬‬
        ‫‪ 36‬און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער ב ָכור אין זײער לאַנד‪,‬‬

                               ‫די ערשטלינגען פֿון אַל זײער קראַפֿט‪.‬‬
   127   128   129   130   131   132   133   134   135   136   137