Page 134 - Thilim
P. 134
תּהלים
6מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן,
מיר האָבן פֿאַרבראָכן ,מיר האָבן שלעכטס געטאָן.
7אונדזערע עלטערן אין מצ ַר ִים האָבן ניט באַטראַכט ד ַײנע װוּנדער,
זײ האָבן ניט געדאַכט אָן ד ַײנע פֿיל חסדים,
און האָבן װידערשפּעניקט ב ַײם ים ,ב ַײם ים-סוף.
8אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון ז ַײן נאָמען װעגן,
כּדי צו לאָזן װיסן ז ַײן גבֿורה.
9און ער האָט אָנגעשר ִיען אױפֿן ים-סוף ,און ער איז געװאָרן טרוקן,
און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ.
10און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט,
און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿ ַײנט.
11און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער,
ניט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן.
12און זײ האָבן געגלױבט אין ז ַײנע װערטער,
זײ האָבן געזונגען ז ַײן לױב.
13גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן ז ַײנע טוּונגען;
זײ האָבן ניט געהאַרט אױף ז ַײן עצה.
14און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר,
און געפּרוּװט גאָט אין דער װיסטע.
15און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג,
אָבער ער האָט געשיקט אַ דער אין זײער ל ַײב.
16און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער,
און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון גאָט.
17האָט די ערד זיך געעפֿנט ,און א ַײנגעשלונגען ָד ָתנען,
און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿי ָרמען.
18און אַ פֿ ַײער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל,
אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די ר ָשעים.
19זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חורבֿ,
און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ.
20און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿוד
אױף דער געשטאַלט פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז.
21זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן גאָט זײער העלפֿער,
װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מצ ַר ִים,